עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-s38djakc

kind
paragraph
order
l2
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ער זאל אים ארויסהעלפן דעם אייניקל, דעם קליין אייניקל און קליין מיידעלע אדער אינגעלע אדער מיידעלע זיי זאלן נאכמערער קענען אויפטאן אין אידישקייט. וואס דערפאר איז דאך אויך אין דעם ענין וואס דערמאנט פריער, אז מ'טיילט שליחות אויף צדקה מאכט מען ניט קיין אונטערשיד צי דאס רעדט זיך וועגן אנשים אדער נשים וטף. און ווי מ'זעט בפשטות, אז בשעת מ'מאכט א קליין קינד פאר א שליח, און מ'זאגט אים, אז מ'גיט אים א מטבע אדער א דאלער וכיוצא בזה, און דערנאך אז ער וועט טרעפן אן ארעמאן, אדער טרעפן א צדקה פושקע גיט אים דער אויבערשטער די שליחות, ער זאל דאס געבן דעם ארעמאן וואס דער אויבערשטער דארף אים שפייזן, גיט אים דער אויבערשטער די שליחות, אז ער ווערט א שליח פון דעם אויבערשטן ער זאל ארויספעלפן ד הרעמאן בהנוגע צו זיין פרנסה אין וועלכע ער איז מפרנס די בני-ביתו.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions