פסקה
פסקה rh-s2s8g561
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-0mc7s1nt
- order
- 4l
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דאס ווירקט אזוי פון דעם עת רצון, אז אזוי זאל דערנאך נמשך ווערן בכל השנה כולה, על אחת כמה וכמה אז אזוי זאל נמשך ווערן אין דעם ענין וואס צוליב דערויף איז געווארן דער ענין פון דעם בלתי רצוי, ווארום ס'איז פארבונדן מיט סמך מלך בבל על ירושלים מצד די סיבה בלתי רצוי, וואס דאס האט דערנאך מגלה געווען די חיבת הוי אז אפילו וואס ס'איז פארבונד ווען דאס איז א הנהגה שלא כדרוש, איז אויך דעמאלט נער ישראל ואוהבהו אן אהבה פנימית, וואס קיין זאך קען דארט ניט אנרירן, און אויב ס'איז דא א דבר בלתי רצון זעט זיך נאכמערער ארויס ווי אזוי דער רצון איז א רצון פנימי, וואס קיין זאך קען דארט ניט אנרירן, ס'איז דאך אבער א דבר הפשוט, אז דערנאך דארף דאס נמשך ווערן ביז אראפקומען מבני חיי ומזוני רויחא בפשטות, מוז דאך דאס דורכגיין אויך ענינים פון סדר השתלשלות און כללים פון סדר השתלשלות און הנהגות פון סדר השתלשלות, וואס דערפאר פועל'ט דאס דעמאלט, אז ס'זאל זיין אט דארט וואו זונות קענען יא עפעס תופס מקום זיין, איז וואס איז זייער תפיסת מקום? אז ס'ווערט גלייך על דרך ווי בענין הצומות בכללותם, אז ניט נאר אז זיי ווערן בטל, נאר זיי ווערן אויך נתהפך למועדים טובים, איז אויך אזוי די סיבה זייערע, וואס דאס איז דער ענין בלתי רצוי, ווערט אויך נתהפך אז ס'ווערט אז ס'ווערט בטל דער חומרת הדבר, דערנאך ווערט אויך בטל דער דבר ווי ער איז ניט קיין חמור, דערנאך ווערט דער דבר בכלל בטל, ביז וואנענט ער ווערט נתהפך, און ער ווערט נתהפך כס זכיות, און דאס איז נאך אויך ניט שייך און ניט גענוג בהנוגע צו דעם אויבערשטן מיט אידן, נאר ס'מוז ווערן דערנאך רצוי,
- proofread
- 0