Paragraph
Paragraph rh-rypzs1fd
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-eketxban
- order
- 94
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נשים אדער טף, דארף דאך זיין יעדערנס פנים געווענדיק צו דעם זעלבן ארט, וואס דאס מיינט מען ניט נאר צו דער זעלבער לאנד, צו ארץ-ישראל, נאר אויך אין דער לאנד גופא צו דעם זעלבן ארט וואס דאס איז ירושלים עיר הקודש, און אין ירושלים גופא, ווי מ'זעט דאס נאכמער בהדגשה פאר די וואס געפינען זיך אין ירושלים און שטעלן זיך דאווענען, דארף זיין יעדערן פנים געווענדיק צו דעם ארט פון הר הקודש, פון דעם בית-המקדש, און דער וואס דאווענט אין אן אופן המותר, ווי זעלבסטפארשטענדלעך, אין הר הבית עצמו, דארף אויך זיין געווענדיק צו דעם זעלבן ארט אין דעם הר הבית, וואס דאס איז דער ארט פון דעם בית-המקדש, און דארטן גופא דער קודש קדשים, און אין קודש הקדשים, דא ימיינט די נקודה וואו ס'געפינט זיך דער ארון-הקודש און דער ארט פון דעם ארון-הקודש אין קודש הקדשים, התוועדות פורים תשל'ן הוטש אדנ-כדי כך, אז ס'איז דאך א דין אויף יעדער אידן, וואס געפינט זיך אפילו פון חוץ-לארץ, און געפינט זיך אין עקבתא דמשיחא, אין חושך הגלות, וואס החושך יכסה ארץ וערפל
- proofread
- 0