עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-rvk03917

kind
paragraph
order
ZQ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אלע נויטיקע כוחות, אז ער זאל מאכן די גוטע באשלוסן און די פעסטע באשלוסן, און די באשלוסן זאלן ארויסקומען בפועל, ביז אין מעשה בפועל, וואס דורך אט די באשלוסן ווערט ער אויפגעהויבן, ווי געזאגט פריער, והרמחם את חול בו ממנו אז ער הויבט-אויף זיך, און הויבט-אויף אלע זיינע ברידער און שוועסטער, און די עלטערן, און די באבעס און די זיידעס, נאך העכער פון חלבו, פון זייער מעמד ומצב ווי זיי זיינען געווען ביז דעמאלט, איז אט דער אדער די הויבט זיי אויף נאך העכער, און הויבט זיי אויף ביז אין אן אופן, אז בא יעדערן פון זיי ווערט דער אויבערשטער חלקו ונחלתו, און אין אזא אופן אז ער דארף ניט אנקומען צו קיינע חס ושלום מלחמות, ער באקומט דאס אן שוועריקייט, מ'דארף נאר האבן ער אדער זי זאל מען מאכן דעם פעסטן באשלוס אויף נוצן יעדער רגע, עאכו כמה וכמה יעדער טאג, עאכו כמה וכמה די זומעדיקע טעג, וואס אט דעמאלט האט מען דאך ניט די שטערונגען פון קעלטן און ווינטן און שניהם וכיוצא בזה, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך מחוץ לעיר, אדער אפילו אז מ'געפינט זיך אין שטאט געפינט מען זיך אבער אויך מחוץ פון דעם וואכעדיקן לעבן פון א גאנץ יאר, וואס מ'האט פארשידענע וואכעדיקע בלבולים, וואס אין די זומער'דיקע טעג זיינען זיי ניטא מצד טבע העולם אפילו בא ניט-אידן, על אחת כמה וכמה אז די בלבולים זיינען ניטא בא אידן, עאכו כמה וכמה בשעת דער איד לערנט אט די פסוקים אין דער סדרה פון היינטיקע וואך, און טוט דאס ווי דער אלטער רבי האט פארגעשלאגן און געגעבן די כוחות אויף דעם, אז ער לעבט דערמיט אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן ווערט דאס אן ענין וואס דאס איז דם ובשר כבשרו יתפרנסון מיני דאס ווערט א טייל פון זיין לעבן, און ער קען טאן אין די אלע אויב דערמאנט
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions