Paragraph
Paragraph rh-rs66ke7g
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- pJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דארט האט ער זיך נאכמערער אנגעווארימט, כאטש פון פריער איז אויך געווען ווארער, ער האט זיך אבער נאכמערער אנגעווארימט מצד דער קדושת המקום און מצד דערויף וואס דאס איז געווען ברוב עם הדרת מלך מלכו של עולם, וואס דאס איז געווען דער רבי'האט ער געזען ווי אזוי ס'שטייען קליינע קינדער און הערן זיך צו און ווילן מ'זאל זיך געבן צו פארשטיין נאכמערע כדי דערנאך זאל בא זיי דאס ארויסקומען ביז אין מעשה בפועל, זעט מען, אז דערנאך הויבט ער אן רעדן ווי ס'זאל זיין דער אנהויבס, אבער דערנאך איז ער ממשיך אין אן אופן פון דברים היוצאים מן הלב טוט דאס אויף נאך מערער, ביז אין אן אופן, כאמור, אז ער ווירקט-איין אויפן גאנצן ארום אט די וואס זיינען ניט-געווען בא דעם צוזאמענטרעפן זיך, כאילו ווי זיי זיינען אויך דערביי געווען, און אויך געהאט די גאנצע השפעה און די גאנצע איינווירקונג. און דאס היילט-צו נאכמערער דעם קיום היעוד פון דעם צוזאג, אז בקרוב ממש איז קהל גדול ישובו הנה וואס דאס ווערט נאכמערער פארשטארק דורך די אלע פעולות פון הכל את העם אנשים והנשים ועטף, ביז וואנענט אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו קערט מען זיך אלע צוריק, ארוי אין ענני שמיא גאר שנעל, פונקט ווי מ'פליט, און מ'פליט אין ענני שמיא, און מ'גיט א קוק, שטייט מנלה, בארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה, און זי שטייט אין אזא אופן, ווי דערמאנט פריער, ונתתי שלום בארץ וואס דעמאלט איז שלום כאן, איז כל כאן, און דער שלום איז פארבונדן מיט מלך השלום שלו, מיט דעם אויבערשטן, ווארום דארט זעט מען עיני הוי'אלקיך בה דורך דערויף וואס ס'ווערט אלץ מערער און מערער אידן, אנשים ונשים וטף, וואס הויבן אן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אלץ מערער און מערער, און די וואס מצד סיבות שונות ומשונות, און דער עיקר וואס זיי פילן ניט
- proofread
- 0