פסקה
פסקה rh-rqsxabb6
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jraw85e1
- order
- Dm
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}- content
- איז אין תשעה און דאס איז אויך פארבונדן מיט קיימא סיהרא באשלמותא איז דאך דער פשטות הדבר, אז דאס איז ניט אן אנדער לבנה, ס'איז די זעלבע לבנה, נאר וואס זי איז געווען מיט טעג פריער, נאר אז דעמאלט איז זי געווען לעיני בשר איז זי ניט געווען בשלימות, אז ס'קומט דער פופצנטער טאג, זעט מען אז די לבנה איז געווען א שלימה, ווייס מען דערפון, אז זי א שלימות איז שוין געווען מיט טעג פאר דעם, ווי אויך דער ענין ווי ער איז בפשטות, פאר וואנענט ווייס מען אז די לבנה איז א קיילרדיקער וכו', איז ווען ס'וואלט געווען מערניט די אנדערע טעג פון חודש וואלט מען ניט געהאט קיין ראי' מוחשית, און א ראי' מוחשית, אז די לבנה איז א פולער עיגל, א שלימות. בשעת מ'זעט אבער, אז אין פופצנטן טאג זעט מען א כליך'דיקער לבנה, עשי'רבאשלמותא, און מ'ווייס, אז דער שינוי פון פופצן טעג לגבי אנדערע טעג פון חודש איז דאס ניט מצד דער עצם הלבנה, דער שינוי איז מערניט וואס דער מענטשלעכער אויג זעט מען איר, דערפאר וואס דאס איז דער טייל וואס ס'דערגרייכט די ראי'וואס איז פארבונדן מיט אור, דאס איז דא בשלימות מערניט ווי דעם פופצנטן טאג. און דאס אבער גיט אים די ראי'מוכחת, אז אפילו ווען ס'איז אין העלם הלבנה, על אחת כמה וכמה ווען ס'איז מולד הלבנה, על אחת כמה וכמה ווען ס'איז שוין כמה וכמה ימים בחודש, איז אויך דעמאלט די סיהרא באשלמותא, אט דאס וואס ס'פעלט דעמאלט, וויבאלד אז איז ניט דער פופצנטער טאג פעלט דאס מצד ראיית האדם, נאר מערניט וויבאלד אז דער תכלית פון דער לבנה איז דאך להעיר על הארץ, איז דערפון פארשטאנדיק, אז דאס אלס א מסובל דערפון וואס ס'פעלט אין להעיר על הארץ פעלט אויך במילא אין דעם תכלית פון דער לבנה בפני עצמה, וואס דאס איז דאך איר תכלית הברית,
- proofread
- 0