Paragraph
Paragraph rh-rm28z7vh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-eketxban
- order
- Db
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פאראיינציקט אין אן אופן אז נתן הוי'לכם, ווי דער אויבערשטער גיט זיין כח אין דעם און זיין ברכה מיוחדה בזה, אז ס'זאל זיין א התאחדות אמיתית, און איבערקומען ניט רעכענען זיך, ואדרבא אויסנוצן יעדער געלעגנהייט, ניט קוקנדיק וואס דאס איז אויפן ערשטן קוק צי דאס איז א זאך וואס פאראיינציקט, אדער וואס ס'איז מדגיש אז מ'האט א באזונדער פרנסה אדער א באזונדער געשעפט, אדער א באזונדער לימוד בתורה, אדער א באזונדערע מצוות אין וועלכע מ'קאכט זיך-איז דער גובר בזה, די נקודה האחידה בזה, די איין און איינציקע נקודה אין די אלע זאכן, אז זיי קומען אלע פון הוי'אלקינו הוי'אחד, און ווי מ'זאגט דאס, כמדובר, פעמיים בכל יום, און דערנאך אויך א דריטן מאל אין קריאת-שמע שעל המטה שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד, ווערט דאס אויך פון דעם הוי'אחד, וואס אלע פארשטייען דאך אז דאס איז אן אמת'ע אחדות, על דרך זה ואדרבא ביתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז דאס קומט און דאס דארף דורכנעמען דעם גוף גשמי, ווערט דאס אויך אן עם אחד אפילו ווי ער איז מפוזר ומפורד
- proofread
- 0