Paragraph
Paragraph rh-rk86kqvj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6rfbqq60
- order
- 7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך מעצמו מובן, אז די ברכות וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט פריער צו די פריערדיקע קבוצות, ובמיוחד צו די קבוצה הראשונה, האט א שייכות, און ניט נאר א שייכות נאר אויך חל, אויף יעדערן פון אייך, און אויף די עלטערן און די ראש-הישיבות און די מלמדים וואס האבן אייך מחנך געווען, דערצו קומט נאך צו אן ענין מיוחד, במילא אויך א ברכה מיוחדת, בנוגע צו וואס ס'האט זוכה געווען צו לערנען אין דער ישיבה אויף וועלכן נשיא דורנו האט געזאגט, אז ס'דארף זיין נרות להאיר וואס דאס איז דאך אויך דער תוכן פון הקהל, אז מ'דארף משפיע זיין אויף דער סביבה, ככל האפשרי וכפי האפשרי און נאך מערער, אז ס'זאל אין זיי אויפגעטאן ווערן פון לא יראה את הוי'ולשמור מצוותיו כל הימים, וואס זעלבסט-פארשטענדלעך צום אלעם ערשטן דארף דאס זיין, כאמור, נרות להאיר אז אויב מ'דארף און מ'וויל מאיר-זיין אין דער סביבה דארף מען אליין ווערן א נר מאיר, ובלשון אחרת א דוגמא חי'ווי אזוי מ'דארף זיך פירן, און ווי דער אויבערשטער וויל, ובפרט ווי דער אויבערשטער האט דאס ארויסגעגעבן אין פנימיות התורה אין פנימיות התורה, אין ווי אין קונטרס עץ חיים און אין תורת החסידות בכמה וכמה מקומות, און מ'האט מבטיח געווען יעדערן פון אייך, בתוך כלל ישראל, אז הבא לטייר מסייענותו, אנהויבנדיק פון הבא לטייר זיך אליין און אויך אנדערע, וואס דעמאלט איז מסייענותו, ווי נשיא דורינו איז מסביר, אז מסייעין לשון רבים גייט דאס אויפן לימוד התורה וקיום המצוות, וואס מ'האט אליין געטאן ביז איצטער, מיט א החלטה גמורה אויף מ'וועט מעלה זיין בקודש, און מ'וועט טאן נאכמערער, איז דאס אליין העלפט אויף באקומען נאכמער עזר מלמעלה ומלמטה, און גיין מחיל אל חיל נאך מערער וויפל מ'האט זיך געריכט אויף דעם.
- proofread
- 0