transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך מעצמו מובן, אז די ברכות וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט פריער צו די פריערדיקע קבוצות, ובמיוחד צו די קבוצה הראשונה, האט א שייכות, און ניט נאר א שייכות נאר אויך חל, אויף יעדערן פון אייך, און אויף די עלטערן און די ראש-הישיבות און די מלמדים וואס האבן אייך מחנך געווען, דערצו קומט נאך צו אן ענין מיוחד, במילא אויך א ברכה מיוחדת, בנוגע צו וואס ס'האט זוכה געווען צו לערנען אין דער ישיבה אויף וועלכן נשיא דורנו האט געזאגט, אז ס'דארף זיין נרות להאיר וואס דאס איז דאך אויך דער תוכן פון הקהל, אז מ'דארף משפיע זיין אויף דער סביבה, ככל האפשרי וכפי האפשרי און נאך מערער, אז ס'זאל אין זיי אויפגעטאן ווערן פון לא יראה את הוי'ולשמור מצוותיו כל הימים, וואס זעלבסט-פארשטענדלעך צום אלעם ערשטן דארף דאס זיין, כאמור, נרות להאיר אז אויב מ'דארף און מ'וויל מאיר-זיין אין דער סביבה דארף מען אליין ווערן א נר מאיר, ובלשון אחרת א דוגמא חי'ווי אזוי מ'דארף זיך פירן, און ווי דער אויבערשטער וויל, ובפרט ווי דער אויבערשטער האט דאס ארויסגעגעבן אין פנימיות התורה אין פנימיות התורה, אין ווי אין קונטרס עץ חיים און אין תורת החסידות בכמה וכמה מקומות, און מ'האט מבטיח געווען יעדערן פון אייך, בתוך כלל ישראל, אז הבא לטייר מסייענותו, אנהויבנדיק פון הבא לטייר זיך אליין און אויך אנדערע, וואס דעמאלט איז מסייענותו, ווי נשיא דורינו איז מסביר, אז מסייעין לשון רבים גייט דאס אויפן לימוד התורה וקיום המצוות, וואס מ'האט אליין געטאן ביז איצטער, מיט א החלטה גמורה אויף מ'וועט מעלה זיין בקודש, און מ'וועט טאן נאכמערער, איז דאס אליין העלפט אויף באקומען נאכמער עזר מלמעלה ומלמטה, און גיין מחיל אל חיל נאך מערער וויפל מ'האט זיך געריכט אויף דעם.
¶2וואס דאס איז אויך ווי גערעדט אין די פריערדיקע התוועדות, אז דעם ענין פון הקהל און דערמיט איז אויך פארבונדן זכר להקהל איז דא כמה וכמה דרגות אין דעם ענין פון זכר, ואלעם ערשטן, נאך איידער ס'איז דא דער זכר איז דא דער עצם ענין אליין, וואס צו אים דארף מען דערנאך מאכן א זכר, און דעם עצם ענין אליין איז דא אויך אמאל וואס מ'דארף מאכן זכר, אמאל אז דאס איז אן ענין של רשות, און אמאל אז דאס איז אן ענין וואס דאס איז גאר ניט געוואונטשן, ווארום ס'שטייט אין ספרים, מיוסד אויפן פסוק אין קוהלת, אויף והוקל רגלך מבית רעך אז דאס איז איינער פון די טעמים ווי ס'שטייט אין ספרים, פארוואס די כניסה לבית המקדש דארף זיין ניט גאר אויף און בלשון הכתוב הוקר עגלך מבותריך דערפאר וואס בית המקדש איז א טייערע זאך און א הייליקע זאך, איז דארף מען מאכן בא זיך א מקדש מעט טאג-טעגלעכן לעבן, אבער גיין אין בית המקדש האט מען מלכתחילה פארבונדן מיט כמה תנאים, כדי מ'זאל נאכמערער פילן די טייערקייט פון דער זאך, און וואס דאס איז דאך אויך איינער פון די טעמים, ווי ס'שטייט אין ספרים
¶3מקדש און די קרבנות אין מקדש און עבודה במקדש איז געווען פארבונדן מיט א ריבוי תנאים, כדי דורך דעם זאל מען פארשטיין די עצם טייערקייט פון די ענינים, וואס דערפאר קען מען דערפון ניט מאכן א זאך וואס דאס איז יעדער טאג און אלע טעג, מערניט ווי א זכר בזה, אבער די זאך אליין איז פארבונדן מערניט ווי מ'דארף מקריב זיין א קרבן, אדער כיוצא בזה, ענינים יוצא מן הכלל, וואס דערפאר איז אפילו כהנים האבן געהאט כמה תנאים, איידער זיי זיינען אריינגעגאנגען אין די ערטער וואו זיי האבן געמעגט אריינגיין. אין קודש הקדשים איז אפילו א כהן גדול האט געמעגט אריינגיין מערניט ווי איין מאל א יאר, כאטש אפילו א גאנצן יאר האט ער געטראכט וועגן קודש הקדשים און וועגן לוחות הברית און וועגן די אלע ענינים כמובן וגם פשוט, אבער דער אריינגיין בפועל איז אזוי טייער און אזוי הויך, און ס'דארף מאכן אזא שטורעמדיקן איינדרוק אויף יעדערן, אז דאס איז מלכתחילה איינגעשטעלט, אז דאס זאל ניט קענען ווערן אן ענין צו וועלכן מ'באציט זיך, ווי א דבר הכי רגיל. וואס אזוי איז אויך בהנוגע אז מ'זאגט, אז לימוד התורה איז א תורה נקנית בארבעים ושמונה מעלות, דערפאר וואס תורה איז אזוי טייער אז זי דארף האבן כמה וכמה מעלות און הכנות, כדי מ'זאל זוכה-זיין אויף קונה-זיין די תורה, וואס דערפאר איז ניט נאר לערנען תורה, וואס דאס איז יעדערער מחוייב, ואדרבא ס'איז גאר ניט שייך דערפון באפרייט ווערן איז צום צווייטן קצה, כדי מ'זאל קונה זיין די תורה מיטן גאנצן שטורעם און מיטן גאנצן פארנעם דארף מען האבן אט די אלע מעלות וואס די משנה רעכנט אויס, וואס אין די מעלה איז דאך דא כמה ענינים של פרישות און כמה ענינים של הכנה, צוליב דער
¶4טייערקייט און די גרויסקייט פון קנין התורה, בפרט נאך אז מ'האט זוכה געווען, און בהשגחה פרטית האט מען אייך אויסגעקליבן, אז איר זאל פארן אין א צווייטן ארט, גולל למקום תורה אז יענער ארט איז טאקע מקום תורה, אבער איר זיינט זוכה אויף לערנען דארטן תורה אין אן אופן פון גולל למקום תורה, ס'איז ניט דער ארט ווי ער האט געהאדעוועט זיך ביז איצטער, איז אט דער גופא וואס גולל למקום תורה וואס דאס איז דאך אן ענין של פרישות איז דאס איז מוסיף הצלחה מלמעלה מ'זאל מצליח זיין אין דעם, כדי אבער די הצלחה זאל אראפקומען בפועל דארף מען האבן די עבודה, און די עבודה כדבעי בלשון הגמרא, אין די מעלה שהתורה נקנית בהם, על אחת כמה וכמה אז מ'דארף איר קונה זיין אין אזא אופן, אז דערנאך זאל מען דאס ווערן א משפיע אן עולה האר אויף די אנדערע תלמידים וואס זיינען דארט געווען פון פריער, אדער די תלמידים וואס וועלן אהינצו קומען, איז כדי משפיע זיין אויף א צווייטן דארף מען דאך בא זיך האבן א סאך מערער ווי מ'וויל משפיע זיין אויף יענעם, ווי מ'זעט דאך א השפעה פועל, על כל פנים לכתחילה, ניט אין דעם גאנצן ענין של השפעה, דער מושפע דארף האבן כמה זמן ביז וואנענט ער וועט דאס קולט זיין, און כדי ער זאל קולט זיין אינגאנצן דארף מען אים געבן אינגאנצן, מיט דער ברייטער האנט און נאך מערער ווי אינגאנצן, כדי ער זאל קענען אויפטאן די אלע ענינים וואס מ'ווארט פון דעם מושפע, ובפרט נאך אויב דער מושפע קומט ניט צו אים אלס אן אורח, דארף מען דאך באווייזן נאך א שטארקן, א ביישפיל, און נאך א טיפערן פארנעם און הבנה והשגה אין תורת הנגלה און תורת החסידות, וואס אט דעמאלט ווערט דאס דער מילוי השליחות כדבעי, ביז וואנענט אז מ'ווייס דאך אז דער משלח איז נתינו דורינו דער רבי דער שווער, און ער ערווארט אז מ'זאל טאן כל התלוי בכל אחד ואחד'ן געקענט, אז מ'זאל זיין שלוחו של אדם כמותו
¶5אויף דורכפירן די שליחות, סיי במחשבה, סיי בדיבור, ועוד והוא העיקר במעשה, און צוזאמען דערמיט איז אינו מבקש אלא לפי כח האט מען יעדערן פון איר געגעבן די אלע נויטיקע כחות אויף קענען דאס דורכפירן בפשטות, און ווי דערמאנט פריער, איז דא ענינים וואס מ'איז ניט יוצא אינגאנצן ניט, ווען מ'מאכט דאס מערניט וי א זכר, מ'דארף טאן די זאך אליין ניט א זכר, נאר די גאנט זאך מיטן גאנצן פארנעם, אזוי אויך די שליחות וואס מ'האט אייך געגעבן, איז דאס ניט אן ענין אז ס'זאל זיין א זכר צו א צווייטע זאך, דאס איז דער ענין וואס איר דארף דארטן זען מפיץ זיין תורת הנגלה, און תורת ופנימיות התורה, תורת החסידות, מיטן פולסטער מאס, ביז וואנענט אז ס'וועט זיין תורה ווי דער אוי� פארלאנגט, אז תורה זאל געלערנט ווערן, וואס דערפאר דארפן זיין אויך די וואס האבן זוכה געווען צו זיין שלוחים דארפן וויסן זיין די אחריות, און צוזאמען דערמיט דעם זכות וואס זיי האבן, וואס מ'האט זיי אויסגעקליבן אויף אט דער שליחות. און צוזאמען דערמיט ווייס מען אויך, כאמור לעיל, הבא לטהר, מסייע נוסי, אז אויב מ'באשליסט נאך בתוקף המתאים אויף דורכפירן די שליחות, און דערנאך טוט מען בזה אין אן אופן פון יגעת איז א זיכערע זאך אז מ'וועט דורכפירן די שליחות, און נאך מער ומצאת וויבאלד אז ס'קומט על ידי יגעת וועט מען נאך געפינען הצלחה בזה אין אן אופן של מציאה נאך מערער וויפל די יגיעה קען אויפטאן מצד המיסי הגאה אויך אין אן אופן המציאה, וואס דאס ווערט אויפגעטאן מצד דעם מצד דעם נותן המציאה, וואס דאס איז דער משלח נשיא דורנו, בשליחותו פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך מקור כל הברכות און נותן התורה. און ויהי רצון איר זאלט טאן אין דעם אלעם ענין מיט א החלטה הכי גמורה, און דער עיקר אראפברענגען דאס אין מעשה בפועל, וואס המעשה הוא העיקר. וואס דאס איז דאך אויך ווי גערעדט בארוכה בכמה
¶6יתוועדות האחרונות, בא קוקן אויף זיך, אז זיי זיינען די וואס בשעת ס'קומט אין א נייע שטאט, ובפרט נאך וואס מ'זאגט, אז זי איז בלאו הכי מקום תורה ווערט דאך די שאלה וואס מ'האט אייך געשיקט אהינצו, כדי איר זאלט אויפטאן דארטן אין אזא חידוש, און אזא בהנהגה, און אזא אזוינע חידושים אין לימוד התורה, ביז וואנענט דאס וועט זיין כדאי און דאס וועט אויפטאן נאכמערער תורה אין דעם מקום תורה, כאמור לעיל ביז אין אן אופן פון ומצאת. און יהי רצון, בדוגמא ווי דער אלטער רבי שרייבט אין תניא קדישא, אז מעשינו ועבודתינו בזמן הגלות, ושית אלפי שני דהוי עלמא'ן בכלל, ברענגט אראפ פון גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין תורה חדשה מאיתי תצא זאלט איר נאכמערער טאן ווי ער האט מחליט געווען ביז איצטער איז ממלא זיין די שליחות הקדושה אין דעם גרעסטן אופן און דעם טיפסטן אופן און דעם ברייטסטן אופן לכל לראש דורך באווייזן א דוגמא חי,"' און איינווירקן דורך אי דוגמא חי,"' אויף די אלע וואס געפינען זיך דארטן, ובפרט אויף די תלמידי הישיבה, אין אן אופן מתוך שמחה וטוב לבב, האט מען דאך דעמאלט פירות גדר, פון הגבלות ומדידות, און מ'פועל'ט אויף מערער למעלה ממדידה והגבלה. און דאס זאל נאכמערער צוהיילן, וויבאלד אז מ'איז מוסיף אין מעשינו ועבודתינו בכלל, און אין לימוד התורה במיוחד, און צוזאמען מיט נתינת הצדקה, כמוזכר לעיל, זאל דאס נאכמערער צוהיילן דעם זמן און קיום היעוד, ומלאה הארץ דעה את הוי'כמים לים מכסים און ווי דער רמב איז מסיים ספרו יד החזקה, אז ישראל בזמנים ההם וועט זיין איסקן אויף לדעת דעת בוראם כפי ווי ס'איז נאר אפשרי פאר א נברא, און ווי חסידות איז מבאר, אז אילו ידעתיו אביתיו אז מ'וויל מיט אן אמת-אט דעמאלט איז מען מצליח, למעלה מכל מדידה והגלות,
¶7אין ידיעות התורה און ידיעות הבורא, און מ'איז מצליח אויך משפיע זיין אויף די אלע וואס ארום זיך, כאמור, לי נרות להאיר, און צוזאמען מיט די שליחות לצדקה וואס מ'גיט אייך, און די אלע ענינים האמורים, כאמור, אין מעשינו ועבודתינו אין הצלחה רבה ומופלגה, זאל דאס נאכמער מזרז זיין און מקרב זיין גאולה האמיתית והשלימה, און קיום היעוד פון תורה חדשה מאיתי תצא, און קיום היעוד ומלאה הארץ דעה את הוי'פאר מים לים מכסים, במהרה בימינו ממש. דער שכר איז דער שכר און דער שכר איז אין דער שכר. וואס דערפאר וועט זיין אזוי בפועל? אה? זיי זאלן באלייניקן? און? ס'איז כסורית תענת'ן און דערמאטן. און דאס ראי דקא ביקר.