עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-rh9pfm54

kind
paragraph
order
Rt
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
עוז וביתר עוז, וויבאלד אז דאס איז אן ענין של צדקה, משא'כן אויב ס'וואלט געווען א חיוב וכיוצא בזה, איז דעמאלט אויך אויב דאס איז א טוב גיט ער דאס אויך דעם חיוב אויך בעין יפה, דאס קומט אבער ניט ווען דער גאנצער געבן איז אין אן אופן של צדקה, כמובן וגם פשוט. און אויף דערויף זאגט מען, אז די ערשטע סיבה וואס ס'איז דא חמשה עשר באב דער ערשטער, על כל פנים, אין זמן, בנוגע צו די חשיבות קען מען זיך דינגען אין דעם וואס ס'איז מער חשוב אדער ווייניקער חשוב דער ערשטער ווי ס'איז געווען אין זמן איז דאך דאס נאך געווען בשעת אידן זיינען געווען במדבר, איז אט דעמאלט ווען קיימא סיהרא באשלמותא איז חמשה עשר באב פון שנת הארבעים האבן זיי דעמאלט געווען בטוח, אז ס'האט זיך געענדיקט דער ענין בלתי-רתעי וואס ס'איז געקומען על ידי וואס עלה הריום יסובכו, דורך תשעה באב, וואס דעמאלט איז שוין געווען זיכער לעיני כל העולם כולו, אז דאס האט זיך געענדיקט, און פון איצטער אן איז אן ענין של שלימות.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions