Paragraph
Paragraph rh-rc5fv20h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8thzn1y7
- order
- Wp
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וכמדובר כמה פעמים, זאל דער פאנאנדערפאלן זיך נאכמער פארגרעסערן די תשוקה און דער ואהבת רעך כמוך נאכמערער בשעת מ'איז געווען צוזאמען, ווארום מ'ווייס אז מ'פארט זיך פאנאנדער אויף א משך זמן, ביז די גאולה האמיתית והשלימה, ווי דערמאנט פריער, במילא ווערט גלייך די געויים ביתר שאת וביתר עוז, במילא ווערט אויך די אהבה און דער איחוד נאך מערער און נאך מערער, ובפרט בשעת מ'האלט זיך טאקע בא געזעגענען ממש, און מ'גרייט זיך שוין נאך פון פאר דעם, יעדערער אין זיינע הכנה און אין זיין דרך און אין זיינע ענינים און אין זיינע אופנים און לויט זיינע דיעות, איז דאך דאס אלץ נאכמער ער מדגיש און ברענגט ארויס בגלוי דעם איחוד, ביז אין אן איחוד שאין כמוהו, כמוזכר לעיל. און מ'האט גלייך, אז ס'ווערט על דרך ווי מ'זאגט שבעה שבתות תמימות תהיינה וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מנורת זהב כולה, וואס דאס גייט אויף די שבע קני המנורה, וואס דאס איז דאך כולל דעם גאנצן אידישן פאלק, און אין אן אופן ווי דאס איז אויך כולל יריכה ופרחה ה, ביז די כללות המנורה און דעם ענין האנושה בה, וואס על דרך זה איז דאך דא די אלע ענינים אפגעשפיגלט ווי דאס איז אין אידישן פאלק, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט די אלע ענינים מיט צדקה, וואס צדקה איז דאך מוסיף הצלחה רבה ומופלגה אין כל עניני טוב וקדושה, כאמור לעיל.
- proofread
- 0