Paragraph
Paragraph rh-r8a2zrsm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-106e1b29
- order
- Ib
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מצותו של הקב",ה איז דאס דער ענין הצדקה, ווארום אלע ענינים וואס דער אויבערשטער טוט, אן קיין אונטערשייד, טוט ער דאס אין אן אופן של צדקה, ניט חס ושלום אן ענין שלהכרח אדער א חיוב וכיוצא בזה, נאר אזוי ווי ער טוט א צדקה, במילא טוט ער אויך אט דעם ענין, אדער טוט אט דעם ענין ניט אויך, נאר אן ענין עיקרי טוט ער אט דעם ענין מסויים. וואס אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו פון קיימא סיהרא באשלמותא ס'איז דאך טבע הטוב להיטיב, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער וויל אז יעדער זאך זאל קומען צו איר שלימות, און ניט נאר האבן די שלימות ווי זי שטייט בכח, וואס למעלה איז דאך כח אינו חסר פועל, משא'כ וויבאלד ער האט געוואלט מאכן א גאנץ סדר השתלשלות, איז דאך אויף דעם דער עיקר טעם בזה, אדער א טעם בזה עיקרי, דערפאר וואס ער האט געוואלט אז ענינים זאלן שטיין בפועל, ניט נאר מיט זייער שלימות ווי זי שטייט בפועל, אין זייער בכח.
- proofread
- 0