Paragraph
Paragraph rh-r6eb2xgf
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6rfbqq60
- order
- c
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויף דורכפירן די שליחות, סיי במחשבה, סיי בדיבור, ועוד והוא העיקר במעשה, און צוזאמען דערמיט איז אינו מבקש אלא לפי כח האט מען יעדערן פון איר געגעבן די אלע נויטיקע כחות אויף קענען דאס דורכפירן בפשטות, און ווי דערמאנט פריער, איז דא ענינים וואס מ'איז ניט יוצא אינגאנצן ניט, ווען מ'מאכט דאס מערניט וי א זכר, מ'דארף טאן די זאך אליין ניט א זכר, נאר די גאנט זאך מיטן גאנצן פארנעם, אזוי אויך די שליחות וואס מ'האט אייך געגעבן, איז דאס ניט אן ענין אז ס'זאל זיין א זכר צו א צווייטע זאך, דאס איז דער ענין וואס איר דארף דארטן זען מפיץ זיין תורת הנגלה, און תורת ופנימיות התורה, תורת החסידות, מיטן פולסטער מאס, ביז וואנענט אז ס'וועט זיין תורה ווי דער אוי� פארלאנגט, אז תורה זאל געלערנט ווערן, וואס דערפאר דארפן זיין אויך די וואס האבן זוכה געווען צו זיין שלוחים דארפן וויסן זיין די אחריות, און צוזאמען דערמיט דעם זכות וואס זיי האבן, וואס מ'האט זיי אויסגעקליבן אויף אט דער שליחות. און צוזאמען דערמיט ווייס מען אויך, כאמור לעיל, הבא לטהר, מסייע נוסי, אז אויב מ'באשליסט נאך בתוקף המתאים אויף דורכפירן די שליחות, און דערנאך טוט מען בזה אין אן אופן פון יגעת איז א זיכערע זאך אז מ'וועט דורכפירן די שליחות, און נאך מער ומצאת וויבאלד אז ס'קומט על ידי יגעת וועט מען נאך געפינען הצלחה בזה אין אן אופן של מציאה נאך מערער וויפל די יגיעה קען אויפטאן מצד המיסי הגאה אויך אין אן אופן המציאה, וואס דאס ווערט אויפגעטאן מצד דעם מצד דעם נותן המציאה, וואס דאס איז דער משלח נשיא דורנו, בשליחותו פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך מקור כל הברכות און נותן התורה. און ויהי רצון איר זאלט טאן אין דעם אלעם ענין מיט א החלטה הכי גמורה, און דער עיקר אראפברענגען דאס אין מעשה בפועל, וואס המעשה הוא העיקר. וואס דאס איז דאך אויך ווי גערעדט בארוכה בכמה
- proofread
- 0