עברית
Library

יום שמחת תורה תרפ"ט

42

מעסער. אַ שוחט איז אַן עבד ד', וואָס ער איז מקיים דעם רצון הבורא יתברך, און גיט אידן כשר'ע פלייש. דאַרף דאָך דער עבד ד' האָבן צייט צו לערנען און דאַוונען ווי עס בעדאַרף צו זיין.

* * *

דער שוחט אין אַ שטאָט איז אַן עמוד בבית ישראל. אַ רב, אַ שוחט, אַ מלמד, דאָס איז ג' עמודיםמז וואָס בית ישראל נשען עליהם. איז אַ שוחט דאַרף זיין אין בית המדרש, לערנען אַ שיעור, אַ בלאַט גמרא, חסידות וכו'.

דער בכן איז, אַז מען דאַרף אַראָפּנעמען אַלע מניעות ועיכובים און אַז די שוחטים זאָלן האָבן צייט צו לערנען און דאַוונען כדבעי למהוי.

עס איז פאַראַן אַ טענה, וויילע די צייטן וואָס די אופּראַוועמח האָט אויסגעשטעלט איז אַ מניעה. די אופּראַווע דאַרף דאָך זיין ווי אַן אופּראַווע צו שפּאַקולןמט וואָס מאַכט אַז די ראי' זאָל קומען בעסער. מיר האָבן אַן אמת'ע אופּראַווע. די חוקים פון תורה ומצוות דאָס איז אונזער אופּראַווע. וואָס אַלע חוקי המלוכה, איז אויב עס קאָן זיין קיום חוקי התורה, דעמאָלט איז דאָס חוקיםנ. און דאָס איז דאָך נוגע צו כשר'ע פלייש, איז געוויס אַז מען וועט געבן גוט צו פאַרשטיין, וועט מען דאָס פאַרשטיין, און בעזהש"י וועט געוויס זיין גוט.

* * *

ח. מען האָט געדאַרפט צונויף קלייבן די חסידישע בעלי עסקים, זיי זאָלן מאַכן כלים צו אלקות. די רוסישע אידן זאָלן געזונט זיין איז אַ גרויסער חלק פון זיי כ"י, מאַכן כלים לאלקות, דערפאַר איז דאָרטן פאַרמאַכט מען שוין די מערק. זיי האָבן שוין דאָרטן ניט וואָס צו טאָן, זיי דאַרפן שוין עסן "לחם מן השמים" — מן, און דער אויבערשטער זאָל זיי געבן אַ השפעה מרובה, אמן.

זעט, זיי גיט מען די עבודה פון מסירת נפש, זיי פּוצן שוין דעם מונדיר צו גיין אַנטקעגן משיח'ןנא. זיי פּוצן די קנעפּלעך פון די בגדים צו גיין אַנטקעגן משיח'ןנא. און איר זאָלט מאַכן כלים צו אלקות, וועלן מיר אויפהערן צו ליידן. גענוג צרות ר"ל האָבן מיר שוין געהאַט, און אַז מען וועט מאַכן כלים צו אלקות וועלן מיר קאָנען צו נעמען דעם גילוי אור המשיח, און עס וועט אַראָפּ אַלע מניעות ועיכובים פון תורה. ו"תורה אור", מיט דעם אור

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-r5gvhgjs

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources