עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-r2z2s4jb

kind
paragraph
order
F1
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
שיטות, איז אויך פארשטאנדיק, אז דער דין ווערט אויך נמשך, אז ס'איז ניט שייך פאנאנדערטיילן אין צוויי גלגולים. ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות אפילו בא סתם אידן, אז בשעת מ'גיט א נאמען נאך איינעם וואס האט געהאט צוויי נעמען, איז מען זהיר, אויב ס'איז נאר ניטא קיין טעם הכי מוכרח, אז מ'זאל אים געבן פונקט אלע נעמען וואס ס'האט געהאט דער נאך וועמען מ'האט אים געגעבן א נאמען, סיי נען, ווי בנוגע לענין זה, אויב ס'וואלט געווען איינער אין דער משפחה הקרוב מעוד מעוד, וואס זיין נאמען וואלט געווען איינער פון די ביידע נעמען, וואלט מען אט דעמאלט געדארפט זוכן אן עצה איז אבער לכתחילה ניט געקומען צו דעם און דעם מצב, ויש לומר דעם טעם בזה, דערפאר וואס ס'איז ניט געווען קיין ברירה, ער מוזט האבן ביידע נעמען, בא דעם זון פון צמח צדק נאך וועמען ער איז געגעבן געווארן א נאמען.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions