עברית
Library

יום שמחת תורה תרפ"ט

38

פרנסה מרובה נאָר איר זאָלט מאַכן די גשמיות כלים צו אלקות.

ד. (ונמשך הדיבור עם אחיו של רש"י:) דאָס וואָס ער טראָגט די קייטעלע אום יו"ט, דאָס דאַרף ניט זיין. און דאָס פועל'ט אַ הגשמה.

אין פלוג איז דאָך דאָס טוב, אַ תכשיט צוליב יו"ט, אָבער באמת דאַרף דאָס ניט זיין.

אָט ווי אַ ענדיק אויף יו"ט, ווערט דאָס יו"ט מיט אַ ענדיק. אַ ענדיק אויף יו"ט איז גוט, עס דאַרף זיין ושמחת בחגך. אָבער אַז יו"ט איז מיט דעם ענדיק — דאָס איז אַ העלם און פועל'ט אַ הגשמה.

בחול איז די קייטעלע צוליב באָרגן אַ גמ"ח, ער טראָגט אַ שיינע קייטעלע קריגט ער אַ גמ"ח געכער.

באַ דעם רוזינער זצוק"ל זי"ע איז געווען אַ זילבערנע קאראד. איז דאָס נאָר ביי דעם וואָס איז שייך צו דעםיג. וואָס אַזוי איז אויך געווען אין ביהמ"קיד. באַ אונזערע רביים איז ניט געווען אַזוי להשתמש בכסף כו'. ביי דעם רבי'ן איז געווען ווייסע שטולן. אָבער באַ דעם וואָס ער איז ניט שייך צו דעם איז דאָס אים מגשם.

אָבער יו"ט דאַרף מען ניט טראָגן קיין קייטעלע, און דענסטמאָל וועלן די קינדער און אין שטוב דערהערן דעם יו"ט, זיי זאָלן וויסן אַז יו"ט איז עפּעס אַ העכערער ענין, מען דאַרף דערציילן מענין היו"ט אויב זיי ווייסן ניט.

ה. (ונמשך הדיבור עוד הפעם לרש"י:) דו דאַרפסט וויסן אַז אַ בעל עסק דאַרף מאַכן אַ כלי צו אלקות, עס זאָל קענטיק זיין אַז אויף דעם שטיין האָט געטראָטן אַ איד. ווי אַ שיף וואָס גייט אין ים בלייבט אַ שטראָם, וואָס דער טאַטע איז דאָס מבאר בהמבואר כי המעיינות נמשכים מהתהום, איז דער שטראָם על דרך נהרא פלג לי מימיךטו. אָט אַזוי דאַרף זיין קענטיק אַז אויף דעם שטיין האָט געטראָטן אַ איד.

מען דאַרף עס זאָל זיין ווי אין די שטרות התנאים שלמעלה, עס איז פאַראַן דער שושבין מצד החתן, דער חתן הוא הקב"הטז, וואָס ער איז בחי' נחות דרגא*16 להשפיע טוב לישראל, בטוב הנראה והנגלה, נאָר מען דאַרף אָפּהיטן די תנאים פון די שטרות.

אָט אַזוי ווי עס איז דאָ אַ מעקלעריז, פון די עלטערן קענט איר ניט הערן, זיי ריידן מיט אייך אָבער איר קענט ניט הערן, ווייל זיי זיינען מיט אַ מדור העכער. ע"ד בת קול שאין אנו שומעים בהארת הנשמה המלובשת בגוףיח, וענין

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qxwy6nmv

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources