English
ספרייה
kind
paragraph
order
fK
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און בנוגע צו דעם ענין, אז וויבאלד אז מ'האט געמאכט א סיום אויף מסכתא וואו ס'רעדט זיך וועגן חמשה עשר באב בארוכה, און ס'רעדט זיך גלייך אויך מיט א מסקנא בהנוגע צו די מעשה, אזוי איז דאך דא אין גמרא, זאגט מען, אז ס'איז דא כמה ענינים אין גמרא וואס מצד די שקלא-וטריא דארף מען אנקומען צו מפרשי השס, אדער צו די גיונים שלאחרי הגמרא, אז זיי זאלן מברר זיין ווי איז דער דין בפועל, אט די אראפגעבראכטע ענינים בהנוגע חמשה עשר באב ווערן זיי אראפגעבראכט אן קיין מחלוקת בדבר, בדוגמא בפנימיות התורה, פארבונדן מיט א פסוק אין תורה, הכל מודים ווי אין דעם ענין פון כל המוסיף מוסיפין לו אף על פי וואס לכתחילה איז דאס געזאגט געווארן ווי די גמרא ברענגט דאס אראפ דורך א יחיד, ס'איז אבער געווארן א טייל פון דער גמרא, און דערנאך איז דאס געווארן א הלכה פשוטה, אנגענומען ביי אלמען, לויט די הדגשה, אז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש נאמר למשה מן סיני איז דאך על דרך זה אויך די לוחות האחרונות איז דאך אויך פארבונדן מיט סיני על אחת כמה וכמה די לוחות ראשונות און מתן תורה בטעם הראשונה, וואס דאס איז גאר געווען אין חודש סיון, און דערנאך אראפגעקומען ביי יום חתונתו זה מתן תורה יום הכיפורים, הויבט זיך שוין אן, כמדובר, אין חמשה עשר באב שלפני זה, ווי געזאגט פריער במכל-שכן וקל-וחומר, אז וויבאלד אז ער האט די הלכה און נתינת-כח פון תורה אויף מוסיף-זיין בתורתו, וואס ער האט געלערנט ביימה וביראה וברתת ובזיור ביום יד בה האט ער א כח און נתינת-כח במיוחד, אז ס'זאל זיין די הוספה אין דעם לימוד,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים