פסקה
פסקה rh-qwrt0d9d
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jzcpymkc
- order
- c9
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז מ'קלייבט צוזאמען אלע אידישע קינדער, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'האט אלע אידישע קינדער, צי דאס איז א צדיק, א בן חכם, אדער דאס איז א היפך מזה, און דאס איז אלע קינדער, איז דאך פארשטאנדיק בדרך ממילא, אז די עלטערן זיינען זיכער אויך דא דערביי, און דא בתכלית השלימות והתוקף, ביז וואנענט אז יעדערער פון זיי טוט זיין ענין אין והגדת לבינך, וואס והגדת האט דאך די ביידע אפטייטשן, והגדת זאגן סתם, און אויך והגדת פון לשון המשכה, אז זיי זיינען ממשיך אין זייערע קינדער, דאס וואס זיי האבן באקומען פון זייערע עלטערן, און די עלטערן זייערע פון זייערע עלטערן, ביז צו די ערשטע שלשה אבות, אברהם יצחק ויעקב, און צו די ערשטע ארבעי אמות, וואס דאס איז שרי רבקה רחל ולאה, וכמדובר כמה פעמים. ס'איז אבער מ'חזר'ט דאס איבער נאכאמאל, ווארום יעדער מאל איז דאס ניט נאר כחדשים
- proofread
- 0