English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

25 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ווי דערמאנט אלעמאל איז פותחין בברכה, און ווי ס'איז דאך אן נינהויבן ישראל, ווי דערמאנט כמה פעמים, אז ווען אידן טרעפן זיך הויבן זיי אן מיט דעם ווארט שלום, און מ'זאגט ניט סתם שלום ערגעץ וואו אדער בכלל, נאר שלום עליכם, לשון נוכח, כולל אט די אלע וואס זיינען אויך, צי דאס איז אנשים אדער נשים אדער טף, און אן אונטערשייד ווי זייער מדריגה איז און ווי זייער עלי'איז אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, ובכלל אין אני נבראתי לשמש את קוני דערמאנט מען, און מ'הויבט אן דערמיט מיטן ווארט שלום, תורת אמת זאגט, אז דאס איז שמו של הקב,"ה, וואס ער אליין איז דאך תכלית השלימות, במילא אויך תכלית השלום, און וויבאלד אז ער איז דער אמת'ער און דער איינציקער באלעבאס פון דער גאנצער וועלט איז פארשטאנדיק, אז די וועלט איז איינגעשטעלט אין אזא אופן, נאר דער אויבערשטער האט געוואלט אז דאס זאל זיין על ידי בחירה, אז

2מ'זאל האבן כאילו ווי אן אויסוואלן, כאילו אז ס'קען זיין סברות אויף כמה אופנים, און מ'קלייבט אויס בבחירה חפשית, אז ס'זאל זיין דוקא דער ענין פון שלום, שלום כפשוטו, בפרט צווישן אידן, ביז ואהבת לרעך כמוך אז ס'איז ניט סתם א שלום, און ניט דער היפך פון שלום, ארגין שלום אליין קען דאך זיין כמה דרגות ואופנים, און דא זאגט מען אז ס'דארף זיין כל התורה כולה איז איינגעשטעלט אין דער הנהגה פון ואהבת לרעך כמוך, וואס דעמאלט איז דאס אן אמת'ער שלום, וויבאלד אז דאס איז כמוך ממש, כמוך לא תורת אמת, וואס דאס איז דאך כמוך ממש, איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז דאס אן אמת'ער שלום, ווי ס'איז דאך ניט שייך צו זאגן, אז מ'דארף מחדש זיין, אז מיט זיך אליין זאל ניט זיין אין אן אופן פון שלום מיט אלע אפטייטשן אין דעם, וואס דאס איז דאך א מובן ופשוט בתכלית הפשיטות,

3על דרך זה, און ממש על דרך זה, איז בהנוגע צו איין אידן מיט א צווייטן אידן און מיט א דריטן אידן, און מיט אלע אידן וואו זיי זאלן זיך נאר געפינען, צי דאס איז, ווי דערמאנט פריער, אנשים אדער נשים און טף, ובכלל, אז מ'געפינט זיך אויך אין א זמן המתאים לזה, אין חודש ניסן, דאך ווי דער זאגט אין מדרש, אז דאס איז פארבונדן מיטן אידישן פאלק, וואס ער איז דאך אין חודש ניסן נגאלו ממצרים, וואס דעמאלט איז דאך אויך געווען די גאולה פון מצרים איז דאך געווען אין אן אופן, אז יעדער איד און אלע אידן זיינען ארויס פון מצרים, אפילו קיין איין און איינציקער איד איז ניט געבליבן דארטן, און ארויס דוקא ביד רבי בתכלית השלימות אין אלע אופנים און אין אלע פרטים איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל דאס ווערט א ענין עיקרי.

4יעדער הנהגה און אין יעדער מחשבה, דיבור ומעשה פון א אידן ווערט דאס אין אן אופן של עיקר. און אין אן אופן ווי מ'לערנט דאס אפ פון ימי הספירה, וואס ספירה איז דאך א מצוה וואס דאס איז מידי יום ביום, אין ימי הספירה, איז דאס יעדער טאג נאכאמאל מיט א ברכה חדשה, וואס ברכה איז דאך ממשיך די כל הענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין דעם, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון דעם ווארט ברכה, און ממשיך דאס אין אן אופן גלוי, ביז וואנענט אז די אלע ארומיקע הערן דאס, און הערן דאס אין אן אופן אז זיי ענטפערן אמן, דאס הייסט אז זיי באשטעטיקן דאס און נעמען דאס אן אויף זיך אליין אויך, וכמדובר כמה פעמים. אין אן אופן ווי ספירא אונטערשטרייכט, אז דעם צווייטן טאג און דעם דריטן טאג זאגט מען ניט יום שני אדער יום שלישי, נאר מ'זאגט שני ימים און שלשה ימים, דערפאר וואס קדושה אינה זזה ממקומה, על דרך זה איז אויך בהנוגע צו אידן, אז זיי טרעפן זיך איינער מיטן צווייטן, איז אפילו אז דערנאך

5מאיזו סיבה שתהי פארט מען זיך פאנאנדער יעדערער אויף ממלא זיין שליחותו בעולם, אין דעם חלק עולם וואס דער אויבערשטער האט פאר אים אויסגעקליבן, אז דארטן זאל אים ממליך זיין און פארשפרייטן אידישקייט, און מתוך שמחה וטוב לבב, איז דאס אויף אן אנדער פארן מערניט ווי בחיצוניות, אבער בעצם איז דאס אין אן אופן אז דאס איז שני אידן, און שלשה אידן, און מערערע אידן, און דער גאנצער אידישער פאלק, וואו נאר ער געפינט זיך, הנשים נשים וטף בכל קצווי עולם, איז ניט קוקנדיק וואס זיי געפינען זיך במרחק גשמי איינער פון דעם צווייטן איז דאס מערניט בחיצוניות, ואדרבא דורך דעם מרחק ווערט נאכמער פארשטארקט די צוגעבונדענקייט פון יעדער אידן מיטן גאנצן כלל ישראל, עאכו כמה וכמה מיט יעדער אידן בכל קצווי תבל, און אין אן אופן פון כמוך ממש, ווי דערמאנט פריער.

6ובפרט נאך אז דאס ווערט א ענין שבקדושה, על דרך ווי ספירת העומר, וואס דאס איז דאך א מצוה בכל יום ויום, ווי מ'זעט דאך דאס אויך דערפון וואס מ'מאכט בכל יום נאכאמאל א ברכה מחדש, און אויך די ברכת שהחיינו וואס מ'האט געמאכט אין צוזאמענהאנג מיט דעם ערשטן ספירת העומר, און מ'מאכט דאס דערנאך אויך בגלוי גלייך נאך דעם סיום פון שבע שבתות תמימות תהיינו אין די ברכת שכיינו פון חג השבועות קבלת התורה. וואס דאס אונטערשטרייכט אויך, אז גלייך בא דער ערשטער ספירה האט מען שוין געוואוסט אז דאס איז פארבונדן מיט שכיינו וקימנו ויגיאנו לזמן הזה, נאר אזוי ווי מ'וויל דאס כולל זיין אין דערויף דעם גאנצן אלע טעג צוזאמען און אלע פרטי מצוה זו צוזאמען, און דעם גאנצן אידישן פאלק צוזאמען האט מען דאס קובע געווען, אז מ'זאל דאס מאכן ווען מ'פארענדיקט די שבע שבתות, און מ'פארענדיקט דאס אין אן אופן פון תמימות תהיינה.

7אויף תכלית התקיפות, וואס דעמאלט מאכט מען שהחיינו וכל הסביבה, ענטפערט אויף דערויף אמן.

8געפינט זיך אין דער וועלט, וואס דאס איז דאך אויך דער עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו, שטייט דאס דארטן אין אן אופן פון אמון, און ניט איין מאל אמון נאר צוויי מאל אמון, וואס דאס באווייזט דאך אויף דער שטארקייט פון דער זאך און דער אמיתית פון דער זאך. און ווי דערמאנט פריער, ווי די מצוה פון ספירת העומר, אז מ'קלייבט צוזאמען די אלע מעשינו ועבודתינו פון די ימים פון חודש ניסן, וואס מ'האלט איצטער בא דעם סיום וחותם פון חודש ניסן, און אויך ווי דער רמז בזה איז דאך, אז דאס איז דער יום כ'ח' בניסן, וואס דאס איז דאך דער אותיות כח, אז דאס איז דער כח פון חודש ניסן.

9הכנה צו חודש שיעור שלאחרי זה, וואס אויף חודש שיעור שטייט דאך אין פוסקים אז דאס איז אויך א ראשי תיבות, אברהם יצחק יעקב רחל, וואס דאס איז דאך פארבונדן און באווייזט אז מ'דערמאנט און מ'פארבינדט זיך און מ'געדענקט דאס שטענדיק, אז יעדער איד און אלע אידן שטאמען פון די שלשה אבות און פון די ד'עמות, וואס דאס איז דאך אויך אברהם יצחק יעקב רחל, וואס זיי זיינען אויך רומות אויף דער מרכבה העליונה, וואס דאס איז דאך אויך די אלע פיר ענינים פון אברהם יצחק יעקב רחל, ווי מבואר אין די ספרים בארוכה. הוד והוא ועיקר, אז מ'טוט דאס טאקע מיט בחירה חפשית, אבער מיטן רצון אמיתי און מיטן חפץ אמיתי, און דאס נעמט מען מיט על דרך ווי מ'נעמט מיט פון די גאולה, פון חודש הגאולה, איז ווערן דאך דעמאלט אידן באפרייט על כל השנה כולה, ביז וואנענט אז פון דעם זמן חירותינו פון חג הפסח,

10חירות על כל השנה כולה, אויף דער גאנצער יאר ווערט א יאר פון חירות, און אויך א הקדמה קרובה צו די חירות אמיתי ווי דאס איז בגלוי, וואס דאס איז די חירות פארבונדן מיט דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין גאולתנו וגדות נפשינו, אין אן אופן אז ס'איז געווערט אינגאנצן בשלילה דער גאנצער ענין פון היפך החירות, און אידן האבן בגלוי און אנערקענט פון דער גאנצער וועלט אז מ'איז עם אחד פארבונדן מיט הוי'אחד, דורך דערויף וואס מ'פירט זיך אויף און מ'איז פארבונדן שטענדיק מיט תורה אחת, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז יעדער איד ווערט אנגערופן, אז ווי זיין הנהגה זאל נאר ניט זיין, ווערט ער אנגערופן בשם ישראל וואס דאס איז א ראשי-תיבות, יש ששים ריבוא אותיות לתורה. און ווי דערמאנט פריער, אז אף על פי וואס יעדער איד איז דאך איין אות אין תורה, און ווי ס'שטייט אין ספרים, איז דורך אט דעם אות באקומט ער זיין חיות, אויך דער חיות גשמי

11אין טאג-טעגלעכן לעבן, ניט נאר ווען ער לערנט תורה און מקיים מצוות, נאר בכל דרכיך און אויך בכל עניניו, אפילו אין זיינע עניני הרשות לגמרי, ווערט ער דערנאך נמשך, ווי געזאגט, על כל היום כולו און על כל החודש כולו און על כל השנה כולה. וכאמור, והוא העיקר, אז די המשכה ווערט א פעולה נמשכת וואס זי איז נאך מוסיף כח אין יעדער אידן, אין אלע זיינע פעולות, זאל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם געדאנק און מיט די ענינים וואס זיי זיינען דאך מיוסד, ווי דערמאנט פריער, אויף כל התורה כולה, ואהבת לרעך כמוך אנשים נשים וצף, דערפאר איז אויך, איז ווי דער מנהג בענין זה בשנים האחרונות, אז איידער מ'פארט זיך פאנאנדער יעדערער אין זיין שליחות אויף במקומו מאכן דארט א דירה לו יתברך, קלייבט מען זיך צוזאמען נאכאמאל אין א בית אין א מקום קדוש, אין א בית הכנסת, און א בית לימוד התורה, און א בית פון מעשים

12טובים, און מ'פארשטארקט נאכאמאל דעם פארבונד איינעם מיטן צווייטן, און דורך דערויף און דערביי האט מען אויך די כוונה אויף פארבינדן זיך מיטן כלל ישראל, נוסף אויף דעם כלל ישראל וואו ער איז איצטער אויך מיטן כלל ישראל פון כל הדורות כולם, וואס ס'איז דאך עם ישראל חי אז יעדער איד האט א חיים נצחי, אז זיין נשמה איז דאך חלק אלוקה ממעל ממש. און ווי דערמאנט פריער, אז בשעת מ'האט נאך א טאג אין ספירת העומר, אדער נאך א טאג אין ניסן, אדער נאך א טאג אין מעשינו ועבודתינו, איז דאס נוסף ניט אז דאס ווערט א טאג בפני עצמו, נאר וואס דען מ'דערמאנט אז דאס איז יום שני אדער יום שלישי, נאר דאס איז א טאג וואס איז זיך מצטרף צו די ימים שלפני זה,

13שני ימים און שלשה ימים, ביז שבע שבתות תמימות תהיינה, און דאס ברענגט גלייך אראפ בגלוי, אז ס'זאל זיין די גאולה תמימה, וואס די איז די גאולה אמיתית ושלימה, וואס דעמאלט געפינען זיך יעדער איד און אלע אידן, און אלע אידן פון אלע דורות אין זמן און פון אלע מקומות אין מקום, געפינען זיך אלע, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, געפינט מען זיך ביי גאולה האמיתיתית והשלימה, ומשיח צדקנו בראשנו, אויך אל דוד מלכא משיחא נשמה בגוף, דוד מלך ישראל חי וקיים קומט ער אויך און ווערט נתגלה נשמה בגוף, די נשמה מלמעלה וואס זי איז דארטן אין אן אופן חי וקיים און איר פעולה אין דער וועלט, ווי קומט דאס אויך אראפ בגלוי, דורך מלכא משיחא, כמדובר כמה פעמים, ביז וואנענט אז דאס שטייט בגלוי, ווארום מ'האט אויך די גאולה האמיתית והשלימה בגלוי ממש, על דרך וחלק אלקיו אין מעל ממש,

14און על דרך ווי מעשינו ועבודתינו ממש פון די טעג און די חדשים און די יארן וואס מ'האט געטאן ביז איצטער, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין עיקבתא דמשיחא, און ווי דערמאנט פריער ס'איז על דרך ווי ספירת העומר, אז דאס וואס מ'האט אפגעטאן פריער בלייבט דאס ניט נאר גאנץ נאר אדרבא נאך שטארקער ווי ס'איז געווען בשעת מעשה, וויבאלד אז ס'איז דורכגעגאנגען נאך א זמן, און מ'האלט אין די זעלבע ענינים און אין די זעלבע מעשינו ועבודתינו, איז דאך דאס מוסיף כח בחיות, ביז כאמור אין שהחיינו וקיימנו והגיאנו, אין דעם זמן הזה און אין דעם מקום הזה, שטייט דאס נאך ביתר שאת וביתר עוז. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, ווי דער טבע האדם איז דאך, אז בשעת מ'האט נכסים, אפילו גשמיים וחומרים, האט דער אויבערשטער באשאפן א מענטשן, א לאו דוקא אידן, אז ער איז רוצה, ער זאל האבן כפליים לתושי על אחת כמה וכמה בנוגע צו אידן, וואס יעדערער פון זיי ווערט דאך אנגערופן בשם אדם אדמה לעליון

15איז בהם דאס ביתר שאת וביתר עוז, ביז אין תכלית השלימות, האט ער די אלע ענינים פון עבר אין דער פולער גאנצקייט און די פולע פעולות שלהם, ואדרבא ביתר שאת וביתר עוז. און ס'ווערט אויך על דרך ווי אין פעולת האדם איז דאך אויך דא די פעולות וואס ער האט געטאן ווען ער איז נאך געווען אלס טף, נאך די פעולות וואס ער טוט ווען ער ווערט בר-מצוה אדער בת-מצוה, און דערנאך ווען ער ווערט א גדול בן עצרים שנה וכיוצא בזה בהנוגע צו פרויען און מיידלעך, על אחת כמה וכמה ווען מ'איז בונה בית בישראל א בנין עד די עד, און בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי ווערן די אלע ענינים נצטרף צוזאמען און ס'ווערט די הקהל גדול, קהל טאקע לשון יחיד, צוזאמען דערמיט איז מען אויך מכריז אין דער נבואה, אז דאס איז א הקהל גדול, און מ'ווערט אן עם גדול, וואס האט זיך שוין אנגעהויבן בא יציאת מצרים, גדול עצום ורב, ווי מ'האט ערשט-ער געזאגט אין דער הגדה, וואס אויך די הגדה איז דאך אויך אין אזא אופן,

16אז מ'קלייבט צוזאמען אלע אידישע קינדער, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'האט אלע אידישע קינדער, צי דאס איז א צדיק, א בן חכם, אדער דאס איז א היפך מזה, און דאס איז אלע קינדער, איז דאך פארשטאנדיק בדרך ממילא, אז די עלטערן זיינען זיכער אויך דא דערביי, און דא בתכלית השלימות והתוקף, ביז וואנענט אז יעדערער פון זיי טוט זיין ענין אין והגדת לבינך, וואס והגדת האט דאך די ביידע אפטייטשן, והגדת זאגן סתם, און אויך והגדת פון לשון המשכה, אז זיי זיינען ממשיך אין זייערע קינדער, דאס וואס זיי האבן באקומען פון זייערע עלטערן, און די עלטערן זייערע פון זייערע עלטערן, ביז צו די ערשטע שלשה אבות, אברהם יצחק ויעקב, און צו די ערשטע ארבעי אמות, וואס דאס איז שרי רבקה רחל ולאה, וכמדובר כמה פעמים. ס'איז אבער מ'חזר'ט דאס איבער נאכאמאל, ווארום יעדער מאל איז דאס ניט נאר כחדשים

17נאר דאס ווערט א חדש ממש, א נייער פארבונד און א נייער שטארקייט און א נייער חיות, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט ברכת שהחיינו האמורו לעיל, און פארבונדן בכלל מיט מעשינו ועבודתינו אין תורה ומצוותי', וואס דארף מען דאך זיין בכל יום ובכל מקום ניט נאר כחדשים נאר חדשים ממש. ובפרט נאך אז דאס באשטייט דאך דער פארבונד מיט חלק אלוקה ממעל ממש, אז דאס ווערט אויך ממשות, אז מ'טאפט דאס אן אין מתחוש המישוש, און מ'זעט ווי אזוי דאס איז שטארק, ואדרבא ס'איז נאך אויסגעוואקסן, און אויסגעוואקסן אין אן אופן פון גאולה, און ווי דערמאנט פריער בארוכה בא די פריערדיקע צוזאמענטרעפן זיך, אויך פ רבונ ן ניט סתם ז מ'וו סט, נ ר מ'וו סט ין ן ופן פון מדלק ומקפץ, נ ר מדלק על הערים ומקפץ על הגבעות, ון ס'ווערט דילוג אחר דילוג, ווי מ ט אויך ערשט ט געה ט ין ימי הפסח, איז ד ך געווען דער ערשטער ט ט פסח ווערט אנגערופן פסח על שם הדילוג,

18עם צווייטן טאג, אז דאס איז אויך א צווייטער טאג פון פסח, וואס ס'איז א דילוג איז פארשטאנדיק אויך א דילוג אפילו לגבי דעם ערשטן טאג, ועל דרך זה אין דער ריטן טאג, ועל דרך זה אין די טעג שלאחרי זה, וואס אויך אין ארץ ישראל האט דאך דאס כל ימי השבוע, סיי א יום ראשון בשבוע און סיי יום שני ביז יום שביעי, ווי דאס איז אין חוץ-לארץ, וואס דארט געפינען זיך די רוב מנין ורוב בנין פון אידן, און ווארום מ'ווארט, אז ס'זאל קומען משיח צדקנו, וועט ער דעמאלט מקבץ זיין, על ידי הקב'ה בעצמו ואתם תלוקטו לאחד אחד בית ישראל פון יעדער ווינקל אין בכל העולם כולו,

19שמנים כולם, און תלוקטו לחד אחד דורך הוי'אחד, צוזאמען מיט דער תורה אחת וואס מ'האט געלערנט און דורכגעלערנט, און צוזאמען מיט די מצוות פון דער תורה וואס מ'האט מקיים געווען בשמחה ובטוב לבב, אנהויבנדיק פון דער ריבוי מצוות פון חודש הגאולה, און נאך מערער אין דעם הג הגאולה, ווי מ'זעט דאך אויך בפשטות די ריבוי מצוות פארבונדן מיט חג הפסח און די הכנות צו פסח און די המשכה פון פסח.

20גלייך וואס מ'געפינט דעם חידוש אין ספירת העומר, אז מ'זאגט דעמאלט גלייך דעם יהי רצון שיבנה בית המקדש און אויך שיושפל לנה שפע רב פון אלע ספירות, וואס דאס איז דאך כולל כל הענינים שבהשתלשלות,

21און ויהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן נאכמער דורכגעטאן ווערן, ווארום אין קדושה איז דאך עין הגבלה, איז ווי גוט מ'האט געטאן ביז איצטער, האט יעדער איד, זייענדיק א חלק אלוקה ממעל ממש, א כח בלי הגבלה, אויף נאכמער טאן אין דעם, מיט נאכמער חיות און מיט נאכמער שטארקייט און מיט נאכמער לעבעדיקייט, בכלל ובפרט, ובמיוחד אין דער השפעה, אויף זיין גאנצע משפחה, און אויף דער גאנצער סביבה, און אויף כלל ישראל בכל מקום שהם, ביז כמוך ממש. און ס'ווערט והוא העיקר, און ווי דערמאנט פריער, אז יבנה בית המקדש במהרה בימינו ויושפע לנו שפע הרב פון אלע ספירות, אנהויבנדיק פון חסד שבחסד, ביז מלכות שבמלכות, און אין אן אופן פון תמימות. און מ'האט דאס אין מזומן מראה באצבעו ואומר זה, בפרט נאך אז מ'האט שוין אויך געהאט די הפטורה פון אחרון של פסח, אין וועלכע מ'איז דאך אויך דער תוכן ההפטורה איז דאך, אז דער אויבערשטער קלייבט צוזאמען אידן פון אלע לענדער, אויך פון יהי'הי

22ים פון חצי כדור התחתון, וואס דאס איז דאך איינער פון די פירושים בזה, נוסף אויף די שבעה הרצות וואס מ'דערמאנט פריער. און ס'הויבט זיך גלייך אן לאחרי אז ויצא חוטר מגזע ישי ונוסף מפרש משרשיו יפרח אז מ'זעט גלייך משיח צדקנו, והוא בוראשנו, איז מוליכנו תיכף ומיד ממש, וקוממיות, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און נשיא דורנו דער רבי דער שווער בראשנו, ובפרט נאך אז מ'האט דאך, ווי דערמאנט פריער, צוזאמענגעקליבן, ומה שוין אויך די ארבעים שנה קיים אינש אדעתא דרבא ס'איז דאך ארבעים שנה לאחרי פון די הסתלקות פון רבינו נשיא דורנו פון דעם רבי'ן דער שווער האט מען דאך דעם לב לדעת והנעים לראש וזנעים לשמוע, און מ'האט דאס אלץ אין תכלית השלימות, וואס תכלית השלימות אין די אלע ענינים איז דאך דאס דוקא אין דער ארץ השלימה, וואס דאס איז דאך ארץ ישראל, און ארץ ישראל שטייט בתכלית השלימות, אז כל יושבי'עלו

23על דרך ווי ס'איז געווען אין דעם המשך פון תחילה פון גבולת מצרים איז דאך געווען די כניסה לארץ ישראל און ס'איז געווען דעמאלט די התחלה אין אן אופן פון כל ישבי'עלי אזוי וועט מען אים זוכה זיין בקרוב ממש, און ווי דערמאנט פריער וחלק אלוקה ממעל ממש, און ווי ממש ווי מ'איז דאס מ'טוט ממש אין לימות התורה ין קיום המצוות ין ן אופן פון הולך ומוסיף ואור. ובפרט נ ך, ז מ'ה ט דעם כח ניסן, און גלייך נ ך דערויף דעם חודש שיעור, וו ס יעדער ט ך פון ים יז ך פ רבונ ן מיט ן מצוה נ כמ ל, וו ס ס יז ך דער איין ון יינציקער חודש בכל השנה כולה, וו ס יעדער ט ך ט ך ט ך ן מצוה מיוחדה, משא ין כן שאר חדשי השנה וכמדובר כמה פעמים. און מ'האט גלייך נאך דערויף דער המשך פון חודש השלישי, וואס בא חודש השלישי איז דאך דאס דער חודש פון אוריאן תליתאי פון נתינת התורה המשולתת צו עם תליתאי, כהנים לוויים און ישראלים, און געגעבן על ידי תליתאי דורך משה רבינו,

24וואס מ'האט דאך ערשט ער געזאגט אין דעם שבת שלפני זה, געזאגט און געלערנט, אז משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע, און וואס האט זיי איבערגעגעבן צו כנסת הגדולה, וואס האבן גלייך אנגעזאגט העמידה ותלמידים הרבי ווערט דאס גלייך דער כנסת וואס דאס צוזאמענקלייבן, בפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין א בית הכנסת, און אין א בית המדרש און בית פון מעשים טובים, ווערט דאס די כנסת הגדולה פון יעדער אידן און פון אלע אידן, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו. און מ'געפינט זיך צוזאמען מיט גדול הוי'מהולל מאוד בעיר אלקינו אין ארץ ישראל, אין ירושלים, עיר הקודש, וואס דאס איז דער בעיר אלקינו, און דארטן גופא בהר הבית, גופא במקדש אדנ'כוננו ידיך ביז אין קו דש הקדשים, ומתוך חנוכה שמחה וטוב לבב, ותיכף ומיד ממש, ולא עיקבן אפילו כהרף עין, ובפרט נאך אויף עזקי נהוג איז מען דאך מסיים מיט מאכן יעדערן פון אייך א שליח אויף צדקה, מיט די געלט וואס מ'גיט יעדערן,

25מוסיף מדילי ומתוך שמחה וטוב לבב וגדולות צדקות מ'קרבת את הגאולה ומזרזת את הגאולה, ביז וואנענט אז לא עיקבן אפילו כהרף עין, און מ'האט תיכף ומיד פון דעם רגע אין וועלכן מ'שטייט איצטער, האט מען גלייך דעם רגע שלאחרי זה, אז דאס ווערט דער רגע הראשון פון גאולה האמיתית והשלימה, און מ'איז ממשיך, כאמור, יעדער איד און אלע צוזאמען און פון אלע דורות, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובנותינו, בארצנו הקדושה, און דארטן אין גדל הוי'מאולא מוד בי אלקינו, און דארטן, כאמור, אין בית המקדש השלישי, מקדש כוננו ידיך. ועוד והוא העיקר, תוכף ומידך. ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים