עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-qtme3t5v

kind
paragraph
order
I
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v2"}
content
איז מחצית השקל יתנו און באווארנט גלייך אז לא יוסיף אויף דערויף, איז דאך פארשטאנדיק, אז אין דערויף איז דא א הוראה, און ווי דארף זיין די התחלה, אז בשעת א איד שטעלט זיך צום ענין, איז דארף ער וויסן זיין, אז אף על פי וואס מ'ציילט אים, און דער אויבערשטער אליין ציילט אים, וכמדובר כמה פעמים, דארף ער דערביי וויסן, אז ווען איז זיין מציאות, א מציאות אמיתית, ווען ער איז מקיים, ווי דער אלטער רבי זאגט בהקדמתו אין עבודת התפילה, אין סידור התפילה, אין אן אופן וואס מ'האט אריינגעשטעלט דאס אין סידור, וואס דאס איז געווארן א דבר השוה לכל נפש, אז ס'דארף זיין ואהבת לרעך כמוך. און דער אלטער רבי איז נאך מדייק בזה בסידורו, אז מ'מוז דאס זאגן דוקא בעל פה ובדיבור, וואס עקיבת חתיו הוי מעשה, אז ער איז מ׳איז מדגיש גלייך מיט א מעשה בפועל שלו, אז ער ווייס אז ער איז א מחצית השקל, און ווען ווערט ער א דבר שלם, וואס ער דארף דאך זיין א דבר שלם, וואס דאס איז דאך די כלי אין קדשים דארף דאך זיין די כלים שלמים דוקא אע״פ זאגט מען, אז דא איז מחצית השקל, ואדרבה פון וואס ברענגט מען אלע קרבנות, וואס די קרבנות דארפן זיין יעדערער פון זיי א
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions