Paragraph
Paragraph rh-qt5cjmsk
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-by6gsh9g
- order
- AK
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מיט אלגעמיינע ארבעט און אלגעמיינע לערנען מיט אידן, און יעדערער פון זיי האט צו זיך תלמידים הרבה, ביז ששים ריבוא תלמידים פאנאנדערגעטיילט אויף נאך אויף זעקס הונדערט טויזנט, כמאלט זעקס הונדערט טויזנט, וואס אזוי וועט דאך זיין דער עם ישראל, לא יוספר מרוב, א ריבוי גדול פון מענטשן, און ווי דערמאנט פריער אנשים נשים וטף, רעדט א קליין קינד, אז אויף זיין צימער וואו ער שלאפט איז ער אנגעקלאפט א זאך וואס ביז וואנענט ער איז אהינצו געקומען איז דאס ניט געווען אנגעקלאפט, פלעגט ער וואס האט מען דאס געטאן פאר א נייעס? ענטפערט מען אים, אז דער אויבערשטער וויל, אז וויבאלד אז דארט שלאפט א אידיש קינד, זאל אויף דער פי זיין אנגעקלאפט דעם אויבערשטנ'ס הבטחה, דעם אויבערשטן צוזאגט, וואס ער בעט, אז יעדער איד זאל הערן אז דער אויבערשטער איז זיין אויבערשטער, הוי'אלקינו און אז דער אויבערשטער איז הוי'אחד, ער איז אן איין און איינציקער אין דער גאנצער וועלט, ווי ער האט ערשט איצטער אויך געזאגט אין די יו-בית פסוקים, אז בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ
- proofread
- 0