עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-qshekbn3

kind
paragraph
order
Ys
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
גלייך דער המשך בזה, ונתחזק, אז מיר אלע צוזאמען, יעדערער, און דערנאך אלע צוזאמען, וועט צוקומען נאכמער חיזוק און נאכמער שטארקייט און נאכמער לעבעדיקייט, אין די אלע ענינים, בפרט די ענינים פון אידישקייט און די ענינים פון תורה, ובפרט אז מ'געפינט זיך אין ספירת העומר, וואס בפשטות טיילט מען זיך די טעג, און מיט א בענקשאפט, ווי תורה דערציילט, אז ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן די זאך פון ספירת העומא? דורך דערויף וואס די אידן ארויסגייענדיק פון מצרים פון חג הפסח האבן זיי גלייך אנגעהויבן בענקען ווען וועט מען שוין קומען צו הר סיני און מקבל זיין די תורה אין חג השבועות. די בענקעניש איז געווען אזוי שטארק, אז דאס האט דערנאך דורכגענומען דעם גאנצן אידישן פאלק אויף טויזנטער יארן לאחרי זה, אז בשעת ס'קומט די זעלבע צייט לכאורה, איז דאס טאקע לכאורה די זעלבע לעבעדיקייט, אבער דאס קומט-צו מיט נאכמער חיות די בענקשאפט צו קבלת התורה פון דאסניי. און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז בשעת מ'לערנט תורה, איז וויפל מ'האט געלערנט תורה אין די יארן פאר דעם, און אפילו אז מ'האט געלערנט ביי א ריכטיקן לעמוד און ביי א ריכטיקע מלמדת, און געלערנט מיט חיות און מיט לעבעדיקייט, איז סיי דער מלמד און סיי די מלמדת, און על אחת כמה דער תלמיד און די תלמידה איז נאכמער מוסיף אין פארשטאנד, און פארשטייט נאך טיפער און נאך ברייטער און נאך אויסגעברייטער און נאך העכער די אלע ענינים אין אידישקייט און אין תורה, וואס ער האט געלערנט מערערע יארן און יעדער יאר מוסיף געווען אויף א טאג אויף דעם יאר וואס לפני זה, און בשעת ער האט געלערנט פרשה בחוקותי, דעם שבת וואס ס'איז דורכגעגאנגען און איז געווען דער ערב פון היינטיקן טאג, האט ער מוסיף געווען און זי האט מוסיף געווען אין דעם פארשטאנד אין פרשה בחוקותי נאך מערער ווי זי אדער ער האט דאס פארשטאנען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions