עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-qqndpanw

kind
paragraph
order
1E
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי ס'איז א כלל ווען אידן טרעפן זיך איז פותחין בברכה, וואס דער עיקר הברכה איז דאך דער ענין השלם, דברך את עמו ישראל בשלום און ווי מאמר חזל בזה, אז דאס איז דער כלי המחזיק ברכה לישראל איז דער ענין השלם, עאכו כמה וכמה אז מ'געפינט זיך און מ'טרעפט זיך אין א זמן מיוחד, וואס דאס איז א געבענטשטער זמן פון חודש אלול בכלל, וואס ס'איז דאך חודש הרחמים, און ווי דער אלטער רבי איז מבאר מיטן משל הידוע, אז דעמאלט געפינט זיך דער מלך מלכי המלכים הקב", ודער אויבערשטער אליין, בא שדה, א פעלד, וואס דאס איז דאך א משל און א באשרייבונג, ווען מ'פארנעמט זיך מיט פעלד-זאכן, ניט ווי מ'געפינט זיך אין א שטאט, וואס דעמאלט איז דאך יעדער זאך מיט א סדר מסודר, מיט הייזער, און די הייזער האבן מעבל, און דער מעבל האט סדרים, און שומרי הסדר, אז מ'געפינט זיך אין א פעלד, איז דאך דאס אן אפענער
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions