עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-qpsyc27t

kind
paragraph
order
6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין צוגאב צו די אלע ברכות וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט פריער, וואס זיכער איז אין דערויף נכלל יעדערער פון אייך, און פון אייערי קרובים, בתור כלל ישראל, ובפרט נאך אז מ'קומט זיך אלע צוזאמען פון חודש תשרי, און פון די אלע ימים-טובים פון חודש תשרי, צוזאמען מיט שבת בראשית, שטייט אויך אין ראש-חודש חשון, וואס דערמיט הויבן זיך דאך אן די אזוי גערופענע וואכעדיקע חדשים פון דעם יאר וואס קומט אן, וואס דעמאלט שטייט נאכמער בהדגשה אט דאס וואס איר האט זוכה געווען און געווארן מחוייבים במצוות, ברעה מצוה, וואס דעמאלט הויבט זיך דאך אן א נייע תקופה, און ניט נאר א נייער יאר, נאר נייע, לאנגע, גוטע, געזונטע און פריילעכע און פרומען יארן, אריכות ימים ושנים טובות, מיט א סך-נחת פאר אייערע עלטערן און פאר אייערע מלמדים ומלמדות און מחנכים ומחנכות און די ראש-הישיבות, מיט די עלע וואס האבן קיין-אומען איינטייל אין נייער חינוך על טהרת הקודש.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions