Paragraph
Paragraph rh-qps3fdbp
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b14y1gj2
- order
- 5A
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אזוי ווי בא יעדער ירושה איז דאך ניט נוגע ווי אלט דער קינד איז, מ'דארף נאר וויסן אז דאס געהערט צו זיין ירושה, איז אט דעמאלט ווערט דאס זיינע, אפילו ווען ער איז ערשט געבארן געווארן, און זיכער אזוי ווען ער איז שוין אויסגעוואקסן און האט שוין אנגעהויבן זאגן יעדער טאג אינדערפרי, ווען ער כאפט זיך אויף פון שלאף, איז די ערשטע זאך אויף וועלכע ער דערמאנט זיך דערמאנט ער זיך אויפן אויבערשטן, במילא זאגט ער, און דערמיט הויבט ער אן זיין גאנצן טאג, און דאס נעמט-דורך און ברינגט-דורך אלע זיינע ענינים במשך פון דעם גאנצן טאג, ווי ער זאגט דאס, און ווי ער האט זיכער געזאגט היינט אינדערפרי, און וואס האבן אזוי אויך געזאגט עירי מלמדים און מלמדות, און די עלטערן און די זיידעס און די באבעס, און יעדערער וואס געהערט צום אידישן פאלק אין דער גאנצער וועלט האט אנגעהויבן היינטיקן טאג אזוי ווי ער האט אנגעהויבן דעם טאג ניט א טאג פאר דעם,
- proofread
- 0