עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-qjem75de

kind
paragraph
order
6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אזוי איז דאך די טעג וואס צו הכנות צו שבת בראשית, און ידוע דער פתגם בהוראה פון נשיא דורנו בשם אביו, אז ווי מ'שטעלט זיך אוועק שבת בראשית אזוי גייט דאס דערנאך במשך כל השנה כולה, אף על פי וואס ער האט ניט געגעבן קיין מער פרטים בדבר, על כל פנים ניט אין יענער שיחה בהמשך לזה, אין דערויף קען מען לערנען, אז די פרטים בדבר זיינען דאך משתנה מזמן לזמן וממקום למקום, לפי הענינים שהזמן גרמא, דאס איז א נתינת-כח בכללות, און אלעמאל דארף דאך פון כללות אויך אראפקומען אין פרטיות, כוי ידוע די אריכות פון דעם מיטעלן רבי'ן בנוגע צו התבוננות קודם התפילה, אדער באמצע התפילה ולאחר התפילה, איז כדי די התבונה זאל זיין כדרוש, מוז זי האבן א כללות'דיקער צוגאנג, און דערנאך אויך, ובפרט המעשה הוא העיקר, אראפברענגען דאס אויך און ממשיך זיין מיט ההוראה ברורה, בנוגע למעשה בפועל, על אחת כמה וכמה א זאך וואס איז נוגע צו כל השנה כולה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions