Paragraph
Paragraph rh-qj1vfjdg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-sydvrb8q
- order
- Ys
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אט דארט וואו מ'בויט פאר דעם אויבערשטן הייליקייטן, און צי דאס איז א הייליקייט אין בנינים אדער א הייליקייט אין געשעפטן, אדער א הייליקייט וואס מ'נעמט פון געשעפט, און מ'גיט על כל פנים מאסר אדער נאכמערער חומש אויף ענינים של צדקה זאל דער אויבערשטער זאגן אויף דערויף ושכנתי בתוכם אז וויפל הצלחה ער האט זיי געגעבן ביז דעמאלט איז מכאן ולהבד וועט דאס זיין נאך כמה פעמים ככה, מערערע מאל אזויפיל. און אט דעמאלט איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן אידן, וואס זיי זיינען דאך אנגערופן גומלי חסדים און דאס איז איינע פון די סימנים פון יעדער אידן און פון אלע אידן, ווי תורה פסק'נט, אז דאס איז דער ריכטיקער סימן, אז אויב מ'זעט רחמנים בישנים וגומלי חסדים איז אט דעמאלט איז דאס א סימן פון א אידן, שטארקט דאס אים אין דעם ענין פון צדקה און אין דעם ענין פון השפעה אויף א צווייטן, ביז ואהבת לרעך כמוך וואס דאס איז דאך א כלל גדול בתורה, און מ'האט דערביי א ספעציעלע הצלחה ווען דאס אלץ קומט פאר אין עשרת ימי תשובה, וואס דעמאלט ווינטשן זיך אידן ניט נאר א כתיבה טובה, נאר אויך א
- proofread
- 0