Paragraph
Paragraph rh-qg7qy69d
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-t7wremg6
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס בפשטות גייט דאך דאס אויף לימוד התורה, און יעדערער וואס דער אויבערשטער האט אים מזכה געווען, און האט נוצט דאס אויס כדרוש, ומתוך שמחה וטוב לבב, אין לימוד התורה בשקלא וטריא ופלפולא דאורייתא, ומתוך שמחה וטוב לבב, איז ער מזרז און מקדים נאכמערער דער ענין פון א גאולה האמיתית והשלימה בשביל כל אחד ואחת מבני ישראל האנשים והנשים והטף, כמוזכר לעיל, וואס דאס איז דאך אויך די דריי חלוקות, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן וקשור מיט אוריאן תליתאי, וואס זי איז דאך געגעבן געווארן לעמא תליתאי, ועד כדי כך, אז אויך אין זמן איז דאס ארויס אין יומא תליתאי, כמדובר כמה פעמים, ולכולי עלמא בשבת ניתנה תורה, איז דאך דאס די אריכות הביאור בזה אין מסכתא שבת. און יהי רצון, אז דאס איז דאך אין דער מסכתא גופא פארבונדן מיט א כלל גדול, ס'זאל מקויים ווערן יעדערן פון אייך בתוך כלל ישראל דער כלל גדול, אז הבא לטהר מסייעין אותו האט מען דעם סיוע פון דעם אויבערשטן, בפרט נאך אז ער איז געקומען לטהר, בלשון
- proofread
- 0