עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

5 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואלט דער אויבערשטער מצליח זיין, צו יעדערן פון אייך, בתוך כלל ישראל, אז ס'זאל מקויים ווערן די ברכות האמורות לפני זה, וואס זיי זיינען דאך שייך צו יעדערן העוסק בלימוד התורה, ווי דער פסוק זאגט באריכות גדולה, אז אם בחוקותי תלכו וואס פשטות הענין איז דאך, אז דאס מיינט מען דער שקלא וטריא און די הליכה, וואס דאס איז דער אמת'ער ענין ההליכה בשעת ס'איז שקלא וטריא, על אחת כמה וכמה אז די שקלא וטריא קומט דערנאך ארויס לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, הדבר הוי'זו הלכה, כמדובר כמה פעמים. און יהי רצון, אז ווי דער רמב'ם איז מבאר בארוכה די אריכות בתורה אין די יעודים גשמיים, איז כדי צו דאס צו מפרסם-זיין נאך מערער, אז יעדערער וואס לערנט תורה גיט אים דער אויבערשטער, איז דער אויבערשטער מבטיח, און גיט אים די אלע יעודים גשמיים, כדי ער זאל קענען לערנען מתוך שמחה וטוב לבב

2ומנוחת הנפש ומנוחת הגוף, און גיין מחיל אל חיל, ביז כלשון הכתוב יראה אלקים בציון, וואס ס'איז דאך ווי מ'זאגט דאך אין די פסוקים פון אתה רותא אז דבר הוי'כמי ציון תצא תורה ודבר הוי'מירושלים אז ציון איז דאס במיוחד פארבונדן אז פון דארטן זאל ארויס א תורה והוראה לכל בני ישראל בכל הארצות כולם, אין חוץ-לארץ און אין ארץ-ישראל, ביז ווי אין ארץ-ישראל אין ירושלים און אין הר הבית און אין לשכת הגזית, וואס דאס איז געווען על צד פון דעם בית המקדש, בסמיכות ממש, איז דאך דארט געווען דער ענין פון לימוד התורה, ביז וואנענט לימוד התורה בתקלית השלימות, לאסוקי שמעתת אליבא דהלכתא, און וואס בפרט וואס ס'איז נוגע לימינו אלו, אז ס'איז דאך דער פסק-דין ברור פון כמה פוסקים בישראל, אז ס'איז שוין מסמן רב השכלה כל הקיצין, און ס'מוז גלייך קומען די פעולה האמיתית והשלימה, וואס זי איז דאך אויך פארבונדן מיט ואשיבה שבטייך כבראשונה ויערצייך כבתחילה

3וואס בפשטות גייט דאך דאס אויף לימוד התורה, און יעדערער וואס דער אויבערשטער האט אים מזכה געווען, און האט נוצט דאס אויס כדרוש, ומתוך שמחה וטוב לבב, אין לימוד התורה בשקלא וטריא ופלפולא דאורייתא, ומתוך שמחה וטוב לבב, איז ער מזרז און מקדים נאכמערער דער ענין פון א גאולה האמיתית והשלימה בשביל כל אחד ואחת מבני ישראל האנשים והנשים והטף, כמוזכר לעיל, וואס דאס איז דאך אויך די דריי חלוקות, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן וקשור מיט אוריאן תליתאי, וואס זי איז דאך געגעבן געווארן לעמא תליתאי, ועד כדי כך, אז אויך אין זמן איז דאס ארויס אין יומא תליתאי, כמדובר כמה פעמים, ולכולי עלמא בשבת ניתנה תורה, איז דאך דאס די אריכות הביאור בזה אין מסכתא שבת. און יהי רצון, אז דאס איז דאך אין דער מסכתא גופא פארבונדן מיט א כלל גדול, ס'זאל מקויים ווערן יעדערן פון אייך בתוך כלל ישראל דער כלל גדול, אז הבא לטהר מסייעין אותו האט מען דעם סיוע פון דעם אויבערשטן, בפרט נאך אז ער איז געקומען לטהר, בלשון

4אחרים, מטייער זיין אויך חלקו בעולם, ובדרך ממילא חלקו כל העולם כולו. ועוד והוא העיקר, לימוד התורה דארף דאך זיין לשמה, און מ'דארף ניט אנקומען צו אנדערע טעמים וכו דוקא לשמה. און ויהי רצון, אז ביי איך זאל ניט עוסף ווערן בכל ענינים אלו, ועוד ועיקר אין לימוד התורה לשמה בהצלחה רבה ומופלגת, ומתוך שמחה וטוב לבב, וכנזכר לעיל, אז דאס זאל נאכמערער צוהיילן אייער קומען און אונזער קומען, וכל בני ישראל קומען לארצנו הקדושה, און דארט איז ירושלים עיר הקודש, וואס זי ווערט דאך אויך אנגערופן בשם ציון, כמוזכר לעיל, און דארט וועט מען נאכמערער מוסיף זיין אין התמדה ושקידה אין לימוד התורה, און וועט נקוייב ווערן אין דערויף, אז מציון תצא תורה אז ס'וועט זיין דער פסק-דין להלכה, און אויך דער אופן הלימוד פון דרש ובקבל שכר, וכאמור מציון און אויך מן ירושלים. און דערנאך אויך תיכף ומיד ווי דער המשך ווי מ'האט ערשט געזאגט דריי מאל, סיי שמחת תורה און סיי שמיני עצרת, דער אב הרחמים, אז ס'זאל

5זיין כל הענינים בהצלחה רבה, ווי ער איז דערנאך ממשיך אין דעם נוסח, און אויך דערנאך אין דעם נוסח העקפות, ביז צו דער העקפה השביעית, וואס האט זיך שוין געענדיקט אין שמחת תורה, און במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז אין הדבר חסר אלא די מעשה בפועל, זאל זיין די מעשה בפועל ווי דער סיום העקפות, אז מציון תצת אור ודבר הוי'מירושלים לאים", און דערנאך ווי מ'זאגט נאך שפעטער שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד, און ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, בשמחה ובטוב לבב.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions