Paragraph
Paragraph rh-qb867hxm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- t6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויף וועלכע מ'האט די הבטחה, אז דער אויבערשטער איז שומע תרועת עמו ישראל ברחמים, אז דאס וועט זיכער אזוי דורכנעמען דעם גאנצן יאר, וואס דאס וועט זיין ראש השנה, און זיכער אזוי, בשעת די קביעות איז, אז מ'האט דעם ערשטן טאג פון יאר, ביידע זאכן צוזאמען, אז דאס איז דער ערשטער טאג אין יאר, וואס ווערט אויך אנגערופן ראש דער קאפ פון דעם יאר, און ס'איז אויך א יום השבת, כמדובר כמה פעמים, אז מ'האט א רואיקן יאר, און מ'איז פארנומען מערניט ווי מיט אידישקייט, און מיט גוטע זאכן, ביז מיט הייליקע זאכן, וואס דאס איז דאך די אפלערנונג פון שבת, ווי דערמאנט פריער, און די החלטות טובות פון דעם ראש-השנה, און וואס קומט דערנאך ארויס אין צווייטן טאג אויך פארענדיקן בגלוי אויך מיט תרועת עמו ישראל, ברחמים מיט דער הבטחה, אז דער אויבערשטער איז א זיכערע זאך אז ער האט דאס געהערט, און וועט דאס זיכער מקיים זיין די אלע ענינים פון תקיעת שופר, און זיכער מקיים זיין דער עיקר ענין וואס מ'פועל'ט דורך אלע תורה ומצוותי,' על אחת כמה וכמה דורך מצות תקיעת שופר, אז דאס ווירקט אויך אז פריער,
- proofread
- 0