English
ספרייה
kind
paragraph
order
Bv
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז דאס זאל דערנאך איינווירקן אויפן גאנצן יאר, ביז דעם שבועות אידרייאר, אז ס'זאל צוקומען נאך שמחה און נאך חיות, און צוזאמען מיט נאך פארשטענדעניש און לעבעדיקייט אין לערנען תורה און מקיים-זיין אירע מצוות, וואס דאס אלעס איז דאך געזאגט געווארן בהנוגע ווי דערמאנט פריער צו אנשים און נשים וטף, סיי אידישע פרויען און סיי אידישע מענער, סיי אידישע קינדער וואס באקומען די ריכטיקע אידישע ערציאונג, איז ווערט בא זיי אויך אזוי איינגעשטעלט דער לעבן, אז זיי האבן א באנייטן יעדער יאר אז ס'קומט די צייט וואס מ'גרייט זיך צו קבלת התורה, א באנייטע לעבעדיקייט און א באנייטע פרישקייט, און א באנייטן פארגעניגן אין אזא אופן אז דאס ווירט אויפן גאנצן יאר, בשעת ס'קומט נאך במיוחד ווען ס'רעדט זיך אין די טעג וואס זיי זיינען אויך לויטן קאדינדאר די צוגרייטונג צו קבלת התורה דעם יאר, וואס דאס איז דאך זעקס טעג אין חודש סיון, וואס ראש-חודש סיון איז איבערמארגן, און מ'האט שוין געבענטשט דעם גאנצן חודש, אנהויבנדיק פון ראש-חודש דעם שבת, דעם פארגאנגענעם שבת, איז דאך די אלע זאכן נאך מיט א באנייטע פארשטארקונג, בשעת ס'רעדט זיך נאך אבער וועגן פרויען במיוחד-איז אט דעמאלט ווי די תורה אליין דערציילט, אז דער אויבערשטער, בשעת ער האט אנגעזאגט משה'ן ווי אזוי ער זאל געבן די תורה צום אידישן פאלק, און געבן דאס אין אזא מין אופן, אז בשעת ס'גייט דורך דריי טויזנט-דריי הונדערט יאר, שטייט מען מיט דער שטארקייט און מיט די לעבעדיקייט און מיט די פרגניגן, ביז אז מ'מאכט שהחיינו, און פרויען מאכן דאך נאך שהחיינו נאך איידער די מענער מאכן דאס ביים קידש, מאכן זיך דאס פרויען בשעת זיי בענטשן בליכט פארבונדן מיט נרות יום טוב, און אויך מיידלעך, ווי ס'איז דאך אויך איינגעפירט דער ריכטיקער מנהג, אז אויך מיידעלעך, און גאר קליינע מיידעלעך, זאל יעדערער פון זיי האבן אן אייגענעם לייכטער,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים