עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-q6vqtepd

kind
paragraph
order
nb
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווארום יענער איז א דקה ושפל רוח, און וואס דערפאר זאגט מען דאך אויף דערויף, אז דאס איז אן ענין פון מילות חסדים וצדקות, דאס איז פארבונדן מיט אמו, מיטן אויבערשטן אליין. און יהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן נאכמערער צוהיילן, אז יעדערער פון אונז, בתוך כלל ישראל, וועט זען אויך בעיני בשר, אז לא יכנף עוד מוריך, והיו עיניך רואות את מוריך אז מ'זעט, אויך מיט עיני בשר און הורי'מוחשית, על דרך ווי ס'איז געווען בשעת מתן תורה, ווי אזוי מ'איז איין זאך מיט עצמות ומהות, אף על פי וואס מ'געפינט דאך א נשמה בגוף, און דער גוף איז אדער פון אנשים אדער פון נשים אדער פון טף, ביז אפילו קטני-קטני נין, ביז אפילו אזא וואס איז ערשט געבארן געווארן. און מ'געפינט זיך אלע צוזאמען בארצנו הקדושה, וואס זי איז אין א מעמד ומצב פון ירחיב הוי'את גבולך ווי דערמאנט פריער בהנוגע צו עשרה שיושבים ועוסקים בתורה אזוי אויך ירחיב הוי'את גבולך ארץ פון עשרה אומות, און דארטן גופא, אין ירושלים ירושלים עיר הקודש, וואס גאנצע ארץ ישראל איז דאך מקודשת מכל ארצות, און אין ארץ ישראל עצמה איז דאך אויך דא עשר קדושות, קדושה למעלה מקדושה, ביז וואנענט אז מ'דערגרייכט די קדושה פון ירושלים עיר הקודש, און דארטן עצמה אין די קדושה פון הר הבית און בית המקדש און קודש הקדשים, מיט די גאנצע ענינים ווי זיי שטייען בגלוי, און מ'זעט דאס אויך בעיני בשר. און דאס קומט נאך מיט א רגע לפני זה, וויבאלד אז כרגיל איז מען דאך מסיים וחותם מיט די שליחות-מיצוה פון צדקה, וואס צדקה איז דאך מקרבת את הגאולה און מזרזת את הגאולה, ביז וואנענט אז לא עיקבם אפילו כהרף עין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions