עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-q67ppsah

kind
paragraph
order
DY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פונקט ווי מ'האט דאס אין אלע פעלקער, איז דאך א זיכערע זאך אז דאס האט דער אידישער פאלק, קומט נאך צו בהנוגע צו אידן, אז אתה בחרתנו מכל העמים אז פון אלע פעלקער האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן עמו ישראל, און ווי ס'איז געווען בפועל, ווען איז געווען דער אויסקלייבן, האט זיך דאס אנגעהויבן אין פסח, וואס דעמאלט איז וואס דעמאלט האט דער אויבערשטער ארויסגעקליבן און ארויסגענומען אידן פון צווישן אלע פעלקער, און האט זיי באוויזן ווי מ'דארף זיך פירן און ווי אזוי מ'דארף גיין, און האט זיי ארומגערינגלט מיט עמני הכבוד, באשיצתו, ווי דערציילט אין מדרש פון אלע פיר זייטן, און פון אונטן און פון אויבן, און די תורה דערציילט דאס, כדי א איד זאל וויסן, אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט דעם אידישן פאלק, אז זיין טאג-טעגלעכער לעבן זאל ער זיין ארומגערינגלט מיט אן אמת'ער באשיצונג, וואס דאס איז דער ענן וואס קומט פון כבוד פון דעם אויבערשטן אליין, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז דער אמת'ער באשיצור, און דער ענן האט אויך באוויזן, דורך דעם ענן הכבוד און דורך דעם עמוד האור, וואוהין מ'דארף גיין און ווי אזוי מ'דארף גיין, אין וועלכע זייט מ'דארף זיך ווענטן און פון וואס מ'דארף זיין אפגעהיט, און מ'פארשפארט גאר אליין טראכטן אין דעם, ווארום דער אויבערשטער, דורך זיין ענן, באווייזט די ריכטיקע וועג, און זינט דעמאלט איז דאס געווען די הכנה, אז אזוי זאל זיך אידן פירן זינט מ'איז ארויס פון ארץ מצרים, און אין אן אופן ווי יעדער גוטע זאך, אז פון מאל צו מאל קומט-צו אין דעם נאכמערער, בפרט נאך אז דאס רעדט זיך וועגן אן עם חכם, דורך דעם אידישן פאלק, וואס ער איז דורכגענומען מיט די אנווייזונגען און מיט דעם כח און נתינת-כח פון דער תורה פון דעם אויבערשטן, איז דאך פארשטאנדיק, אזוי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions