Paragraph
Paragraph rh-q60q47bj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-sydvrb8q
- order
- sF
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין דעם זמן ווען מ'געפינעט זיך אין גלות, ותיכף, ובמהרה ממש, גייט מען פון די לעצטע רגעים, פון גלות, צו דער ערשטער רגע פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט פראווענט מען, און מ'דערמאנט פריער, דעם ענין פון חג הסוכות ביתר שאת וביתר עוז, און מ'זעט ווי אזוי ס'ווערט מקויים, ולא חלהארץ כולו בכבודך וידע כל פעל כאתה פעלתו. און דער אויבערשטער איז מקיים בפועל גלייך אין די ערשטע טעג פון דעם יאר, תשנון, מקיים בפועל אט דאס וואס ער האט שוין אפגע'חתמ'ט יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז בתוך כלל ישראל און כל העולם כולו, אז ס'זאל זיין א שנה טובה ומותוקה און ברכת בכל טוב גשמי ברוחני, ווי תיכף ומיד ממש. נוצן דאס און אויסנוצן די אלע ענינים, דוקא אין גוטן געזונט, און בשמחה וטוב לבב, און ווי דערמאנט פריער פאר דעם אייגענעם גוט געזונט, און פאר דעם געזונט פון אלע אידן און פון דעם גאנצן אידישן פאלק, און פאר געזונט פון דער גאנצער וועלט. און ס'ווערט א שנה טובה ומבורכת פאר יעדערן און פאר אלעמען, בתוך כלל ישראל, מיט די גרעסטע ברכה וואס ס'קען זיין, אז מ'איז
- proofread
- 0