Paragraph
Paragraph rh-q3pvgwen
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- 1w
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי גערעדט מערערע מאל, איז אף על פי כאטש אפילו דער כינוס וואס מ'טרעפט זיך צוזאמען איז דאך אן ערך אין דער זעלבער צייט, אין דעם זעלבן טאג אדער דער זעלבער צייט, פון כל שנה ושנה יעדער יאר, בסמיכות גאר נאענט צו די טעג פון קבלת התורה פון חג השבוע, איז פונדעסטו, ווי אין אלע זאכן פארבונדן מיט אירישקייט, האט דער אויבערשטער געגעבן אן אנזאג, צוזאמען מיטן כח אויף דורכפירן דעם אנזאג, אז יעדער מאל זאל דאס זיין כחדשים ווי א נייע זאך, און ס'איז דאך זעלבסט-פארשטענדליך, אז וויבאלד אז דער אויבערשטער זאגט אזוי אן, איז ווערט דאס טאקע אזוי, אז ס'איז ניט נאר ווי א נייע זאך, נאר דאס ווערט טאקע א נייע זאך דורך דעם וואס דאס קומט דערנאך ארויס אין המעשה הוא העיקר, אין דעם עיקר פון צוזאמענטרעפן זיך פון מענטשן בכלל, און פון אידן בכלל בפרט, אז ס'קומט-צו אין לעבעדיקייט, און אין אמת'ע לעבעדיקייט, וואס דאס איז פארבונדן מיט תורת אמת, מיט תורת וואס ווערט אויך אנגערופן תורת חיים, אז זי גיט הוראות און אנווייזונגען ווי אויפצופירן זיך יעדער טאג פון דעם גאנצן יאר, על אחת כמה וכמה אין די טעג וואס זיי זיינען נאענט צו קבלת התורה, וואס תורה איז דאך אויך דער אפטייטש פון אנווייזונגען און אפלערנונג, און תורת חיים אן אפלערנונג ווי אזוי אויפצופירן זיך אין יעדער טאג, און אויפפירן זיך אין אזא מין אופן, אז דאס זאל מאכן דעם טאג א לעבעדיקן טאג, ווי ס'איז אויך אונטערשטראכן אין דער זאך פון ספירת העומר, וואס דאס געפינט מען זיך נאך אין די טעג פון ספירת העומר, און מ'פרעגט אויף דערויף די שאלה, וואס איז די זאך פון ציילן טעג, וואס ס'ווערט ניט אנדערש
- proofread
- 0