English
ספרייה
kind
paragraph
order
dr
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז דאך אויך כמוזכר פארבונדן מיט די ענינים, ווי דערמאנט פריער, סיי אין שבוע און סיי אין חודש און סיי אין שנה, וואס דאס איז די ענינים ווי זיי זיינען בן זמן, פארבונדן אויך ווי דאס קומט אראפ אין מקום אין פרטי פרטים, וואס חוץ לארץ און עתידי ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות, איז דאך דאס פארשטאנדיק, אט דאס וואס ס'וועט זיין לעתיד-לבוא איז פארבונדן מיט מעשינו ועבודתינו איצטער, און וויבאלד אז מ'האט מעשינו ועבודתינו איצטער, אז מ'מאכט דא ארץ-ישראל, כידוע דער פתגם פון דעם צמח צדק הידוע, מאכט דא ארץ-ישראל, ווי איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו דעם רבי'ן דעם שווער, און אין אן אופן פון יוסיף, וואס ער איז תוספה של הסברה והצלחה, וואס דעמאלט ווערט דאס אויך יצחק אין אן אופן של שמחה, וואס דאס איז דאך אויך פון דער נקודה שנה זו אין ביידע אופנים שמחה, פון תסמח און אויך תשמח, וואס דעמאלט ווערט דאס א שמחה שלימה, ווי דער רמב״ם פסק'נט אפ, אז ווען איז א שמחה אמיתית און א שמחה שלימה, אז ס'איז אתה ואישתך ובניך ועבדך ועמתך והלוי והגור אשר בשעריך מיט אלע פרטים ופרטי פרטים, אפילו גור, וואס דאס איז דאך כולל אין זיך די אלע ניצוצי קדושה, וואס ליגלו ישראל לאומות אלא בשביל לרבות עליהם גרים ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר, אז דאס מיינט מיט די ניצוצי קדושה, וואס יעדער איד איז מברר און מזכך
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים