עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-q0nfqrre

kind
paragraph
order
FV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך לכאורה ניט פארשטאנדיק, דער אויבערשטער האט דאך געגעבן די תורה אין דעם נוסח וואס ער האט געוואלט, איז אין זכרונות און שופרות האט מען געגעבן פסוקים, צוזאמען מיטן ציווי, אז בראש השנה זאל זיין עשר פסוקים, וואס עשר באווייזט דאך אויף ענין השלימות, בדוגמא אויך ווי אין וועלט וואס על מילואו נברא איז בעשרה מאמרות נברא העולם. בשעת ס'איז באקומען צו מלכיות, האט מען געשריבן התשעה כתובים שטייט מלך בלשון גלוי, און דערנאך דעם צענטן פסוק, און וואס דעם פסוק זאגט מען בסיום וחותם פון די אלע עשה פסוקי מלכיות זאגט מען דעם לשון אחד און דערנאך דארף מען אפטייטשן און לערנען אין דעם, אז דאס איז אויך אן ענין פון מלכיות. איז דאך איינער פון די פירושים בזה, אז אדרבא דאס גיט ארויס דער תכלית הענין אין די אלע ענינים פון די דריי, איז דאך די כוונה פון די אלע עשר איז, אז זיי זאלן קומען צו תכלית השלימות אין די עשר עצמם, וואס דערפאר איז דאך אויך איז דאך אויסגעטיילט דער מחותמים דוקא בתורה וכו,' ווי כמה ענינים פארבונדן מיטן פסוק האחרון מיט וועלכן מ'איז מסיים, וואס איז דער תכלית און די שלימות פון מלכות איז? אז ס'ווערט אחד און דעמאלט ווי ס'קומט צו ראש השנה, וואס דעמאלט דאך, אז די ענינים זאלן ארויס מן הכח אל הפועל, שטייט דער תכלית השלימות פון מלכות אין אן אופן ובלשון גלוי, ביז אין דעם ווארט אחד. פונקט אזוי ווי דער רמז פון דעם ווארט אחד איז דאך באווייזט דאך דאס, אז דאס פארבינדט דער כל העולם כולו, תכלית השלימות, אין מקום,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions