Paragraph
Paragraph rh-pzwgsbh0
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b14y1gj2
- order
- I5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און וועט מאכן פאר יעדער אידן במיוחד סוכת אורו של רובייתן. און אין דער סוכה זאל מען אויך געפינען זיך דארטן געזונטערהייט און פריילעכערהייט און שמחה'דיקערהייט, ווי דערמאנט פריער נאך מערער ווי די שמחה פון שמחת בית השואבה, און פון שמחה פון זמן שמחתינו, ווארום דאס איז א שמחה וואס מ'געפינט זיך אפענערהייט, צוזאמען מיטן אויבערשטן אין דער זעלבער סוכה אין וועלכע דער אויבערשטער געפינט זיך, און אין דער סוכה וואס ראויים כל ישראל�וה בשוקה אחת אז דאס איז אן איינציקער סוכה וואס נעמט ארום דעם גאנצן אידישן פאלק, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס נעמט ארום צוזאמען מיט אים ועיקר דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער הוי'אלקינו הוי'אחד דער אויבערשטער פון יעדערן פון אייך און פון יעדערן פון אונז, כל השנים כולם וכל הימים כולם יעדער טאג, ובפרט נאך אין א יום-טוב'דיקן טאג, וואס דעמאלט האט מען דאך מערער צייט אויף אפגעבן זיך,
- proofread
- 0