פסקה
פסקה rh-pzfkfbks
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-cee8sx0d
- order
- Nq
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- תורה היא אז פרויעי אין היינטיקע דורות לערנען א סך מער תורה. בנוגע צו מקיים-זיין וואס ס'שטייט אין תורה, זיינען אלע אידישע פרויען געווען כשר'ע פרויען, און האבן מקיים געווען אלע אידישע מצוות אין אלע דורות, ואדרבא אין די פריערדיקע דורות, אז ס'איז געווען מעענטער צום זמן שבית המקדש הי'קיים האט מען נאך מקיים געווען מיט מער לעבד עמדיקייט, ווארום ס'איז געווען פריש דאס וואס מ'האט געזען בזמן שבית המקדש הי'קיים. בנוגע אבער צו לערנען תורה און וויסן אליין, מיטן אייגענעם שכל, פארשטיין וואס תורה וויל און וואס תורה פארלאנגט און אויף וואס תורה גיט כח זעט מען, אז ס'איז געווארן מנהג ישראל תורה היא אז פון דור צו דור, און אין יעדער דור, פון יאר צו יאר, און אין יאר אליין, פון צייט צו צייט, קומט-צו ביי פרויען און ביי מיידלעך, פרדחתונה אפילו, ביז אפילו ביי גאר קליינע מיידעלעך, אז בא יעדערן פון זיי אליין קומט-צו אין וויסן וואס אין תורה שטייט, ביז און פארשטיין אליין אויך וואס אין תורה שטייט, ביז וואנענט אז ס'קען גאר זיין אמאל א פאל, אז דער מאן אדער דער עלטערע ברודער דארף פרעגן בא דער פרוי, אדער בא דער שוועסטער, וואס זאגט תורה אין צוזאמענהיינג מיט אט דער באשטימטער זאך וואס האט געטראפן אלס א נייע זאך ביים מאן אדער ביים עלטערן ברודער, און ווי נשיא דורנו, ווי דער רבי דער שווער, דערציילט אויך אין זיינע זכרונות, אז ס'איז געווען א פאסירונג וואס זיינען געגאנגען רבנים, און דער רשי משפחות און מיט מענער, און בשעת דערנאך איז געקומען אומפרזה נוגשם איז ס'איז געווען אין שבת און ס'איז בטל פסל געווארן דער עירוף, במילא איז געווארן די שאלה וואס זאל מען טאן מיט די זאכן וואס מ'האט געהאט אין די קשני, וואס מ'האט דאס ארויסגענומען אין א כשר'ן אופן, וויבאלד אז דער עירוף איז געווען א כשר'ער פריער,
- proofread
- 0