Paragraph
Paragraph rh-pyvk0v3s
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-d2peadbd
- order
- QZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס ער גיט דאס אים בדרכי נועם ובדרכי שלום, דורך עלטערן אדער דורך מסקנים אדער דורך מוסדות וכיוצא בזה, און גיט דאס, ווי געזאגט, אין א פולער מאס און אין א צופרידענער אופן, אזוי אז מ'נעמט דאס אויך אין א פריילעכן אופן, און אין א פולן אופן א צופרידענען אופן, במילא נוצט מען דאס אויך אויס מתוך שמחה וטוב לבב, אין דער פולסטער מאס. וואס דא זאגט מען, אז השם הוא נחלתך, און אפילע זאכן וואס זיי זיינען ניט פארבונדן און ניט פארשטאנדיק על פי שכל, ווי אזוי וועט מען קענען דאס דערגרייכן און דערצו צוקומען, זאגט מען, אז דאס איז אן ענין, אז דער אויבערשטער איז הוא איז דתו גורלך דאס קומט אן על ידי הגורל, וואס דורך דערויף וואס ס'איז אויסגעפאלן בגורלו אדער בגורלה אז מ'איז געבארן געווארן א אידיש קינד, און בא אזוינע עלטערן, אדער אין אזא מין סביבה, וואס מ'גרייט צו אז מ'זאל דערנאך זיך אפגעבן מיט מדריך זיין, אנהויבנדיק פון זיך אליין, אין הים חיינו ואורך ימינו, אז דער לעבן זאל זיין אין אן אופן פון לוי, פון באהעפטן זיך דורך אידישקייט, באהעפטן זיך מיט מקור החיים, מיטן אויבערשטן אליין, און טאן דאס אין א גאנצן אופן, א שלימות'דיקן אופן, וואס דאס איז דאך אויך די הנהגה פון שבט לוי, ובפרט נאך אין כהנים, בפרט נאך אין כהן גדול, אז מ'דארף זיין א תמים, במילא טוט דער אויבערשטער און גיט אלץ, אז מ'זאל זיין אינגאנצן געזונט און גאנץ ברוחניות, גיט דאס אויך צו, אז מ'זאל זיין אויך פארשטארקט אין דער בריאות אויך פון דעם גוף, אז ער זאל אויך ניט שטערן צו דורכפירן די נשמות'דיקע שליחות דורך דעם גוף, און טאן דאס בשמחה ובטוב לבב.
- proofread
- 0