עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-px7h2jf3

kind
paragraph
order
Ea
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז איצטער אריין אין תחילת הלילה, און דערנאך קיימא סיהרא באשלמותא אין דעם המשך שבלילה עצמה, וועט דעמאלט איז שלימות הלבנה בפשטות, און דערנאך זעט מען אויך שלימות החמה א שמש בפשטות, וואס דאס איז דאך אויך באמצע היום נאך מערער וויפל ס'איז דא אין כללות יום החמשה עשרה, איז דאס נאך מערער בעצם היום הזה, באמצע היום הזה, כמדובר כמה פעמים. וואס אט די אלע ענינים איז דאך דאס, בשעת מ'טרעפט זיך צוזאמען ביום זה, וואס כאמור, התחלה פון יום השלישי, וואס דעמאלט איז שהוכפל בו כי טוב, איז מען מסביר זיך אליין, און וויבאלד אז דאס איז אויך טוב לבריות, איז ער מסביר צו די וואס זיי זיינען בסמיכות עליו אנשים נשים וטף שלו, ועל דרך זה וואס געפינען זיך אין זיין שכונה, אדער אין זיין סביבה וכיוצא בזה, און בא יעדערן גיט ער פון דעם שלימות פון טוב שלו, און אויך פון דער שלימות וואס ער האט טוב לאחרים, וכמדובר כמה פעמים, אז די מעלה פון יום שלישי שהוכפל בו כי טוב איז ניט דער פירוש, אז ס'איז דא באזונדערע צייטן, ווען דאס איז טוב לשמים און אין א באזונדער צייט ווען טוב לבריות נאר בכל רגע של יום זה איז דאס ביידע זאכן צוזאמען, וואס דעמאלט איז זיך מוסיף, אז אין דעם טוב לבריות איז ניכר, אז ער האט אין דערויף דעם נתינת-כח פון טוב לשמים אז הקב'ה עוזרו, און אין טוב לשמים האט ער אויך דעם נתינת-כח וואס דער אויבערשטער זעט אז ער איז מקיים ואהבת לרעך כמוך ביז כמוך ממש, וואס דאס איז דאך ביז לחבירו, וואס דאס הייסט דאך אויף יעדער אידן וואס האט חלק אלוקה ממעל ממש, וואס דארט איז דאך ניט שייך צו מחלק זיין, אז תופס בחלק פון דעם עצם איז ער תופס בכולו, כמוזכר כמה פעמים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions