עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-pv6bxs6e

kind
paragraph
order
CO
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
את השמים ואת הארץ וואס איר האט ערשט-א געזאגט, און אלע מיר געפינען זיך אין דעם שמים וארץ וואס דער אויבערשטער האט דאס באשאפן, ווי רש'טייטשט אפ, כדי אידן זאלן זיך דארט געפינען און דארטן קענען לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, דארף ער דאך האבן א ליכטיקע אנווייזונג פון דער תורה, און דארף וויסן וואו ס'געפינט זיך די זאך מיט וועלכע ער מקיים זיין די מצוה, און אויך וואו ס'געפינט זיך די כשר'ע זאכן און ענלעכעס, וואס אויף דערויף אלעם לערנט ער אפ דערפון וואס ער ווייס, אז פונקט אזוי ווי ער דארף הערן פון א צווייטן א ליכטיקע הוראה ווי ער דארף זיך אויפפירן אין דער זאך, האט דער אויבערשטער באשאפן די זון, וואס דאס איז אונזער תורה, וואס ווייזט אן און לערנט אים אין א ליכטיקן אופן וואס ער דארף טאן און ווי אזוי ער דארף טאן, און כדי ס'זאל זיין אויסגעגלייכט אז ס'זאל זיין א קלארע אנווייזונג, און די אנווייזונג זאל אנגענומען ווערן אין דער פולסטער מאס דארף מען ניט מאכן קיין חילוק, אז א לבנה איז א זאך פאר זיך, און א זון איז א זאך פאר זיך, נאר פון צייט צו צייט באלייכט דאס, ס'קומט די נאכט אדער ס'קומט דער טאג, נאר מ'האט געהערט ביידע צוזאמען צו דעם אויבערשטנ'ס בריאה וואס דער אויבערשטער האט באשאפן, וואס דער אויבערשטער האט באשאפן את המאורות הגדולים, סיי די לבנה און סיי דעם שמש, וואס דער וואס געהערט צו צבאות השם, אז ער לערנט אפ פון תורה ווי אזוי ער דארף מאכן ליכטיק אין דער וועלט, און דארף דאס טאן אין אזא אופן, אז ניט ער באקומט א הוראה פון תורה, דערנאך לייגט ער אוועק די תורה אן א זייט, און פארנעמט זיך מיט אנדערע זאכן זאגט מען, אז די שמש און דער לבנה זיינען ביידע אנגערופן שני המאורות הגדולים וואס דער אויבערשטער האט זיי באשאפן, אז דער אויבערשטער האט באשאפן אידן און באשאפן תורה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions