עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-prrd8har

kind
paragraph
order
Ea
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז אויך בשנה זו איז אויך ראש חודש אדר, ביום הששי, וואס כמדובר כמה פעמים, אז קי טוב שטייט טאקע מערניט ווי ביום השלישי, אבער טוב אליין, אן א קי, שטייט דוקא ביום הששי, וואס דעמאלט איז דאס דער ענין, בשעת מ'זאגט אויף דערויף קי ווערט דאס אן ענין טפל און דאס גיט א טעם פארוואס איז אן ענין פלוני, כי טוב בשעת מ'זאגט טוב סתם איז אט דעמאלט איז דאס ניט אן ענין וואס גיט א טעם אויף א צווייטער זאך, דאס איז אן ענין בפני עצמו. אפילו לפירוש פשוטו של כתובים, אז דער צווייטער טוב וואס שטייט אין יום הששי איז דאס בפשוטו של מקרא, גייט דאס גאר אויף כל ששת ימי המעשה וכו אבער וואו שטייט דאס? בגלוי? און אין תורה שבכתב, וואס אפילו הצדוקים מודים בזה, שטייט דאס דוקא ביום הששי, וואס אויך בפשטות, ווען איז מען זיכער, אז ענינו פון כל ששת הימים, אנהויבנדיק פון יום ראשון, איז דאס אן אמת'ער טוב, איז בשעת מ'זעט דעם סיום כל הדברים, וואס סיומם איז דאך אין דעם טאג ווען ויכולו השמים והארץ וואס דאס איז דאך געווען ביום הששי, און ערשט דערנאך איז דאס אריין אין יום השבת, איז דאס דעמאלט זעט מען אויף דעם טוב פון כל ששת ימי המעשה, כולל אויך דעם יום הששי, ווי ער איז א טאג פאר זיך, נוסף אויף דעם ענין וואס ער קומט אלס א סיום און א חותם פון די ששת ימים שלפני זה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions