Paragraph
Paragraph rh-pqv93the
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a1jkfder
- order
- 9I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- די טובה אליין, אדער דורך אן אנדער שליח האט דער אויבערשטער מזכה געווען דעם אידן וואס העלפט ארויס א צווייטן אידן, אז ער זאל זיין די שליח פון דעם אויבערשטן, און טאן די שליחות מיט דער אנערקענונג, אז דורך דעם באקומט ער מערער וויפל ער גיט דעם צווייטן אידן. און על אחת כמה וכמה אט די וואס האבן זוכה געווען, ווי יעדערער פון אייך האט זוכה געווען, אויף צו נעמען איינטייל אין די מוסדות וואס דורך זיי טוט מען טובות א מערערע צאל אידן, אדער א כלל אידן, ובמיוחד אין דעם שטח פון אידישע ערציאונג, אז אידישע קינדער זאלן זיך ערציאונג וויסנדיק און געבויט אויף דערויף, אז זיי זיינען אידן און זיי דארפן זיין אידן, דורך דערויף וואס זיי באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל פון א אידישן לעבן, ביז אז דאס ווערט א לעבעדיקער ביישפיל פאר אלע אידן ארום זיך, און די קינדער ארום זיך, איז דאך פארשטאנדיק די גרויסע טובה וואס יעדערער באקומט, דורך דערויף וואס ער טוט א טובה די א צווייטן אידן, און מ'טוט דאס אין אזא מין וועג, אז דער וואס באקומט די טובה פילט זיך ניט ענג, און פילט זיך ניט אלס איינער וואס האט דארפט אנקומען דוקא צו א צווייטן טובה, ווארום ער זעט, אז מ'טוט די טובה, אדער דער מוסד זעט, אז מ'טוט די טובה בשמחה ובטוב לבב.
- proofread
- 0