Paragraph
Paragraph rh-pqg8499d
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4ajq5q16
- order
- d
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- גאנצן פארנעם, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז צו זיי איז אויך שייך דער ענין פון הפצת המעיינות חוצה. ובפרט נאך, כמדובר, אז מ'האלט שוין נאך בשנה זו לאחרי מתן תורה, און אין דערויף גופא איז דאס א שנת תסמח ותשמח, און א שנת הכל האנשים והנשים והטף, ווי גערעדט בארוכה אין די התוועדות און אין די דיבורים פון לפני זה, וביוחד אז ווי ס'איז דאך רגיל בכגן זה איז מען דאך מסיים מיט מאכן יעדערן א שליח-מצוה, און דער מצוה פון צדקה, וואס ער גיט דערנאך אפ אין זמן המתאים, ובהוספת דילי וואס דאס איז דאך מקרב ומזרז גאולה פון אלע ענינים, אויך די גאולה פון די ענינים פון פנימיות התורה, וואס לעת עתה מאיזו סיבה שתהי זיינען זיי נאך באהאלטן אין א בית האסורים, זיינען נאך ניט נתגלה געווארן, און דער אויבערשטער וויל, אז דוקא א איד זאל זיך אריינלייגן אין דעם לימוד, און אריינלייגן זיך אין אן אופן נפשי ופנימי וועט ער האבן א הצלחה הכי מופלגה. איז דאך אויך דער ענין הצדקה העלפט אויך ארויס און אויך מזרז אויך אט דעם ענין הגאולה, און כמובן ותן לחכם ויחכם עוד וואס מ'קען דאך אין דערויף מאריך זיין כהנה וכהנה, שבכוחו של כל אחד ואחד לפון שיעורי דילי ובמיוחד, אז ס'איז דאך אויך דער שיעור חומש פון היינטיקן יאר, פארבונדן מיט ט'ו'בסיון, וואס דאס איז קיימא סיהרא באשלמותא, ביחד עם זה איז אויך דער שיעור אין חומש אין פסח שני, אז מ'זאגט, אז ס'איז קיינמאל ניט פארפאלן ווי דער בעל הגאולה און דער בעל המאורע
- proofread
- 0