Paragraph
Paragraph rh-pmtr99sk
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-tyjnnya8
- order
- ec
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- קדוש, וואס דאס איז בכלל אין ארץ ישראל, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און אין בית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, און אין דערויף משתתף זיין און זאל נעמען אין דערויף איינטייל אלע עשר כחות הנפש, וואס יעדערער פון אונז און פון אייך האט, אז זיי זאלן בשלימות זיך משתתף זיין אין עשות לו יתברך דירה בתחתונים, און בשעת דאס גופא, און דער אויבערשטער זעט וואס מ'האט שוין אויפגעטאן אין דעם, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך דאך אין א מקום קדוש, מקום תפילה, מקום תורה, מקום מעשים טובים, וואס ווערט אנגערופן בשם מקדש מעץ ווערט דאס א צוגרייטונג, די נאנטע צוגרייטונג, און די שנעלע צוגרייקונג, אז תיכף ומיד ממש, עיקבא הקב,"ה, אפילו כהרף עין גיט דער אויבערשטער גלייך פון בית-מקדש מעט, נעמט מען מיט די אלע בתי-כנשיאות און די אלע בתי-מדרשות, און די אלע דעם בית-מקדש מעט, כולל אויך אט דאס וואס יעדער עקרת הבית, און די וואס זיי רייטן זיך זיין עקרת הבית, מאכן פון זייער דירה און פון זייער משפחה און פון זייערע כלים, און ווי גערעדט נאך מערערע מאל, אז אפילו א אידיש קינד, נאך גאר א קליינינקער, גיט אים דער אויבערשטער כח ער זאל מאכן פון זיינע כלים און פון זיינע צאצקעס און פון די ענינים וואס לכאורה איז דאס געגעבן געווארן אויף שפילן זיך, איז א אידיש קינד, אז ער שפילט זיך איז די אמת'ע כוונה בזה פון פנימיות הנפש שלו, וואס איז דאך דער חלק אלוקה ממעל ממש בגלוי נעמט דאס דורך, אז דאס איז אין דערויף באשטייט זיין גאנצער רצון און זיין גאנצער חיות, ביז וואנענט אז אפילו ווען ער פארשטייט דאס ניט בשכלו פארפילט ער דאס מיט זיין פנימיות הנפש, מיט זיין הארץ, וכמדובר כמה פעמים, ובפרט נאך אז מ'האט אים מחנך געווען אין א אידישער הויז, דורכגענומען מיט אידישקעד כל היום כולו,
- proofread
- 0