transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1צו אלעם ערשטן בשעת אידן טרעפן זיך בא וואס פאר א אפגעלעגן זיי זאלן ניט זיין, און וואס פאר א צייט זאלן ניט זיין איז דאך די עצם זאך וואס דאס קלייבן זיך צוזאמען מענטשן, וואס יעדערער פון זיי האט א חלק אלוקה ממעל ממש, וואס דאס ווערט זיין אמת'ע נשמה, און זיין אמת'ער זאך וואס באלעבט אים אין אלע זיינע אונטערנעמנגען. איז דאך דאס גופא, אז כמה חלקים קלייבן זיך צוזאמען, איז דאך דאס אליין שוין אן ענין של שמחה, און וויבאלד אז מ'זאגט אז ברוב עם מהדרת מלך למטה, וואס אלע ענינים פון מלוכה למטה נעמען זיך פון אמת'ן מקור פון מלוכה, וואס דאס איז דאך דער אויבערשטער, פארשטאנדיק, אז פארוואס איז דאס אזוי למטה? דערפאר וואס נשתלשלו מהן אזוי ווי דער אויבערשטער האט איינגעפירט אין מלכות למעלה, איז אזוי אויך נשתלשל געווארן אין מלכות למטה, אז בשעת ס'קלייבן זיך צוזאמען כמה חלקים, וואס יעדער חלק פון זיך איז א וויכטיקע זאך, ביז וואנענט אז דאס רעדט זיך די וויכטיקייט דערפאר וואס דאס איז א חלק פון אלוקה ממעל ממש, איז דאך פארשטאנדיק, אז וואס מערער, און בשעת מ'קלאטט זיך נאך צוזאמען אין א זמן המיוחד, און אויך אין א מקום מיוחד, איז אויסגעטיילט אויך אין ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אלוקה ממעל ממש, ווי דאס איז אין דעם איצטיקן זמן, וואס מ'געפינט זיך דאך אין ירכי תליתאי אין דעם חודש השלישי, וואס דעמאלט איז דאך דער חודש פון מתן-תורה, און מ'געפינט זיך אין אן ארט וואס איז אויך פארבונדן מיט תפילה צו דעם אויבערשטן, און לערנען תורה שיעורים בתורה
¶2פון דעם אויבערשטנ'ס תורה, און אן ארט וואו מ'איז אויך מחליט אויף טאן מעשים טובים, און ניט נאר מחליט נאר כמה מעשים טובים ווערן אפגעטאן אין דעם ארט, ווי דאס איז בהנוגע צו דעם ארט וואו מ'געפינען זיך איצטער, וואס דאס איז דאך א בית הכנסת און א בית המדרש און א בית וואס מ'טוט דארט ענינים פון תורה, בשיעורים אין תורה, און א בית הכנסת וואו מ'איז מתפלל צו דעם אויבערשטן, און א בית וואס מ'גיט דארט פארשידענע ערלי-צדקות, און מ'מאכט דארטן אויך אסיפות און החלטות טובות וועגן טאן אין תורה ומעשים טובים, און אין הפצת התורה והיהדות אין אנדערע ערטער, ביז אין כל העולם כולו, י, ובפרט נאך אז דאס איז דאך א בית הכנסת און בית המדרש פון א נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, וואס ער איז דאך געווען דער נשיא פון אלע אידן בכל מקום שהם, ווי גערעדט שוין מערערע מאל, און אין קדושה זזה ממקומה, אז בשעת דער אויבערשטער האט געמאכט אז אין א באשטימטן ארט זאל זיך טאן גוטע זאכן, איז דער ארט מאנט, און די זאך מאנט, אז ס'זאל זיין דער להעלות בקודש און וויבאלד אז איין מאל, אפילו על אחת כמה וכמה מערערע יארן, איז דאס געווען א מקום קדוש אויף תורה און תפילה און מעשים טובים, איז בלייבט די קדושה אויף אויב אין דעם זעלבן ארט, און דאס דריקט זיך אויך אויס אין מעשה בפועל, אז בשעת מ'וויל דאווענען צו דעם אויבערשטן, און בשעת מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה, אדער מ'מאכט גוטע החלטות וועגן מעשים טובים פארבונדן מיטן אויבערשטן איז דער מקום אליין מסייע העלפט אויס, אז מ'זאל צוטרעפן אין דעם דאווענען ווי אזוי צו דאווענען און וועגן וואס צו דאווענען, און אזוי אויך אין דער הבנה פון תורה, און אזוי אויך
¶3אין די החלטה פון די מעשים טובים און די עשי'פון די מעשים טובים, איז דער מקום אליין העלפט ארויס, אז דאס זאל זיין נאכמער צוגעטראפן מיט נאכמער חיות און מיט נאכמער הצלחה אין אויספירן די אלע החלטות במעשה בפועל. וואס דאס איז בנוגע צו דעם מקום, על דרך זה אויך בנוגע צו דעם זמן געפינט מען זיך דאך, ווי דערמאנט פריער, אין דעם חודש פון מתן תורה, און וואס ערשט מיט עטלעכע טעג צוריק האט מען אויך חוגג געווען געמאכט דעם יום-טוב פון זמן מתן תורתנו, און נאך נעענטער נאך נאך א קלענערער צאל טעג צוריק, איז אויך געווען די תשלומין פון זמן מתן תורתנו, איז סיי דער זמן און סיי דער מקום איז מסייע, ער העלפט ארויס אין די אלע ענינים, אז זיי זאלן זיין נאך מיט מער הצלחה ווי דאס וואלט געווען אין אן אנדער זמן אדער אין אן אנדער מקום, על אחת ווי דאס איז נאך מיט מער הצלחה, ובפרט נאך אז סיי זמן און סיי מקום, איז אין דער זעלבער נקודה זיינען זיי אויסגעטיילט, ווי דערמאנט פריער, און אזוי אויך, בשעת דאס טרעפן זיך צוזאמען אידן, וואס יעדערער פון זיי האט א חילוק אלוקה ממעל ממש, און זיי זיינען אויך אויסגעטיילט פון צווישן אנדערע אידן, וואס אף על פי וואס דאס איז דאך א גוי אחד, און אלע אידן זיינען וכאישיך אחד, בלב אחד, על דרך ווי ס'איז געווען בגלוי אין זמן פון מתן תורה, אזוי איז דאס אלעמאל דא בכח, און דאס אלעמאל גרייט, אז דאס זאל ארויס אויך בפועל, וואס יעדער איד מיט אלע אידן איז דאס כאיש אחד בלב אחד, על אחת כמה וכמה אז זיי האבן נאך אן ענין אין וועלכן זיי זיינען אלע פאראיינציקט, וואס דאס רעדט זיך וועגן נשי ובנות ישראל, און אויך אט די וואס זיי זיינען
¶4פארבונדן מיט אייגענעם חינוך און זייערע מחנכות, וואס זיי אלע זיינען אויסגעטיילט אין דעם, וואס יעדער אשה ובת איז דאך אויסגעטיילט צווישן דעם גאנצן אידישן פאלק, וואס זי האט די ספעציעלע פעיקייט, אז זי איז שוין אן עקרת הבית, אדער זי איז מסוגל, אז ס'וועט קומען די צייט, ווען זי וועט ווערן א ביסל עלטער, וועט זי האבן אן אייגענעם בית, וועט זי דארט זיין עקרת הבית, על דרך זה אויך, בשעת זיי זיינען אלע אויסגעטיילט אין דעם ענין פון חינוך, און אין דעם פרט אויסגעטיילט וואס מ'האט שוין מסיים געווען פארענדיקט א באשטימטן שלב, א באשטימטע שטופה אין ענין החינוך, וואס אמת'ער חינוך איז דאך אויך פארבונדן מיט תורה, וואס תורה איז דאך אויך דער אפטייטש פון אנווייזונג און פון לערנונג, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון חינוך, און אין דעם גופא האבן זיי מסיים געווען א ביתינצון שלב, און געשינען זיך דא צוזאמען מיט זייערע מדריכים און מורות, וואס זיי האבן זיי געהאלפן אין דעם לערנען, און זיך משתתף געווען מיט זיי צוזאמען ווי אזוי צו לערנען און וואס אפצולערנען פון דעם לערנען בהנוגע צו יעדער טאג און צו אלע טעג פון א גאנץ יאר, און אויך דערנאך מיט דער צייט ווען מ'האט אן אייגענעם בית, ווי דערמאנט פריער, ווי אזוי דער בית זאל געפירט ווערן, און בשעת זיי זיינען זיך מתאחד אלע צוזאמען, ווערט דאך אויך דער ברוב עם הדרת מלך נאך מערער ווי ס'איז געווען בהדרת מלך, אז ס'איז געווען מיט איין און איינציקע ווייניקער, עאכו כמה וכמה אז ס'איז צוגעקומען כמה וכמה, צוזאמען אויך מיט די וואס ווייסן אז זיי קלייבט זיך צוזאמען, און זיינען זיך הארציק משתתף בזה, און ווילן אויך מיטהעלפן, און גרייט אויף מיטצו העלפן, אויף נאפן מער מצליח זיין אין די אלע זאכן, דערמאנט פריער, און מצליח
¶5העלפן סיי במחשבה און סיי בדיבור און סיי במעשה און סיי בגופם און סיי בנשמתם און סיי בממונם, ווי אט די אלע וואס זיינען זיך משתתש אין דער אויסהאלטן די מוסדות און אויסהאלטן די דרוקן פון די אלע ספרי לימוד וחינוך בזה, און אין אלע אופנים פון סיוע בזה, און אין דעם אלעם האט מען אויך דעם סיוע פון הדרת מלך במיוחד. איז דאך פארשטאנדיק, אז סיי דער זמן און סיי דער מקום איז מסייע בזה. אין זמן גופא אין צוגוב דערצו וואס דאס איז ירחית לא תאיר דער חודש ווען מ'האט געגעבן דעם תורת עודי הקדושה, און ווי געזאגט כמה פעמים, אז מתן תורה איז געווען אן איין און איינציקן מאל, און דער איין און איינציקן מאל האט דער אויבערשטער באשטימט, אז דאס זאל זיין בירחא תליתאי איז דאך פארזיכער אין דערויף דא אן אינערער פארבונד און אן אינערן סיוע, אז דער זמן, בנוסף אויפן מקום, זאל אין דערויף ארויסהעלפן.
¶6איז אין זמן גופא אויך דא דער אויסטייל אין ירחא תליתאי עצמו, וואס דאס איז דער יום שבעה עשר בו, וואס ווי יעדער ענין אין תורה האט זיך אפלערנונגען וואס שטייען באופן גלוי, אפלערנונגען וואס שטייען אין אן אופן פון רמז און אין אן אופן פון גימצריא, איז על דרך ווי דער חודש, וואס דאס איז חודש השלישי, האט אויך אן אפלערנונג דערפון, וואס דאס איז דער דריטער חודש, וואס דאס דערמאנט וועגן דער תורה, ווי אזוי איז אויך
¶7תליתאי ועל דרך זה אין כללות כל הבריאה כולה, איז דאך אויך די גאנצע באשאפון איז איינגעטיילט אין דריי חלקים, וואס דאס איז די באשאפענע זאכן, און דאס וואס מקום וזמן פון ומה האט דאס באשאפן, און ועוד והוא העיקר ווערט דאס האט באשאפן ווי דער מלך מלכי המלכים הקב",ה בכבודו בעצמו, און די אלע דריי קומען זיך צוזאמען. איז ווי דערמאנט פריער אויך דא דער רמז אין דערויף וואס דאס איז דער יום השבעה עשר בו, וואס שבעה עשר פיטט זיך אויך א רמז פון דער גימטריא, אז דאס איז בגימטריא טוב, וואס דאס איז דאך אן אויסגעטיילטע זאך מיט וועלכע תורה טיילט זיך אויס פון כל הענינים כולם, ביז ווי תורה זאגט און מגלה אז אין טוב אלא תורה בשעת מ'שטייט אין א טאג וואס ער איז טוב בחודש, דער זיבענצטער טאג אין חודש, איז דאס דערמאנט דאס און אויך מרמז, אז דער זמן איז מסוגל מצד החודש, און אויך מצד דעם יום שבחודש.
¶8ועד דרך זה אויך איז דאך אין קביעות פון שנה זו דער שבעה עשר בסיון אויך ביי יום השלישי, וואס יום השלישי איז דאך אויך א דרייענדיקע זאך, א דריטער טאג, על דרך ווי אוריאן תליתאי און אהמא תליתאי און ווי דערמאנט שוין מערערע מאל, און אויך וואס הוכפל בו כי טוב, וואס טוב איז שוין אויך מרמז אויף כל הענינים האמורים, על אחת כמה וכמה אז דאס שטייט נאך כפליים לתושי צוויי מאל טוב, איז דאך די אלע פרטים פאראיינציקן זיך און זיינען מסייע איינער צום צווייטן, אז סיי דער זמן און סיי דער מקום, ועוד והוא העיקר די אידן, די מסיימות פון זייערע מדריכים ומדריכות און מנהל המזות און די אלע וואס האבן זיי מסייע געווען, אנהויבנדיק פון זייערע עלטערן און אנהויבנדיק פון זייערע מחנכים ומחנכות, כמדובר כמה פעמים, אז זיי אלע פאראיינציקן זיך אין דער נקודה פון פליתאי, וואס דאס איז די פאראיינציקונג פון אלע דריי ענינים, די באשאפענע זיך און דער באשאפער און אין דעם ארט וזמן און וואו האט דאס באשאפן, ביז וואנענט אז דאס ווערט על דרך ווי מ'זאגט בא מתן תורה אז דאס ווערט אלע צוזאמען פאראיינציקט מיט דעם איינציקן צוועג, אז מ'זאל נאכמערער צוגעבן אין דעם וואס מ'איז א גוי קדוש און מ'געפינט זיך אין א מקום קדוש, און מ'איז דורכגענומען מיט קדושה פון תורה ומצוותי זאל אין דעם אלעם צוקומען נאכמערער און נאכמערער. האט דאס אויך נאך א נקודה נוספה על צוגעגעבענע אפלערנונג פון דעם שיעור חומש פארבונדן מיט היינטיקן טאג, לויט ווי דאס איז קריאה בתורה,
¶9איינגעשטעלט, אז יעדער וואך האט זיך איר סדרה אין דער תורה, און די סדרה ווערט געטיילט אין זיבן חלקים, וואס דאס איז מתאים צו די זיבן טעג פון יעדער וואך, האט זיך יעדער טאג אין צוגאב, וואס אין אלגעמיין איז זי פארבונדן מיט דער סדרה פון בעלותך את הנרות אין בעלותך עצמה, דעם חלק השלישי שבו, פון שלישי ביז רביעי, וואס סיי די פרשה בכולה, בגללותה, און סיי דער חלק שלה, פון שלישי ביז רביעי, האט א הוראה מיוחדה, א צוגעגעבענע אפלערנונג, און א זאך וואס שטייט אין תורה איז דאך ניט נאר אז תורה דערציילט און ווייזט-אן מיט וואס מ'דארף זיך פארנעמען, דאר אינו מבקש אלא לפי כחו. תורה גיט כח, אז דאס וואס זי איז בעט און איז מציע און חזר'ט איבער מדות, שנה בשנה, ביתר שאת וביתר עוז ובתוס ות כח, אז מ'זאל לערנען און מ'זאל זיין דערביי געלעבט מיט דער צייט, מיט דעם חלק שבתורה, תורה ווי באוואוסט דער ווארט פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער בזה, איז דער חלק אין תורה ווערט דערציילט דארטן וועגן דעם ענין פון פתח שני. וואס פתח שני איז דאך, אז אפילו אט דער וואס מכמה סיבות האט ניט געהאט די מעגלעכקייט אויף מקיים-זיין פתח ראשון במועדו-זאגט מען אם, אז חס ושלום ס'איז ניטא קיין פארפאלן, ס'איז א זיכערע זאך אז אויך ער וועט מקיים-זיין די מצות הפסח, וככל חוקת הפסח, ווי אויסגערעכנט אין פסוק אין דער חלק הסדרה פון היינטיקן טאג, כמה פרטים אין דעם, וואס דאס איז דאך כולל די מצוות שבגופו, אין גופם של פסח, של חג הפסח און קרבן פסח,
¶10און העיקר שבו, און אזוי ווערט דאס איבערגע'חזר'ט, והימים האלו נזכרים ונעשים, ביז און נאך מערער בהוספה משנה לשנה, ווארום מ'איז מעלה בקודש. און ס'קומט נאך צו אין דערויף, אז וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן די וואס האבן מסיים געווען א שלב אין תורה, וויפי זי איז פארבונדן אויך מיט חינוך און מיט זייערע מדריכים ומדריכות וכו אז זיי זאלן אויך אזוי דאס איינטפלאנצן אין זייערע מחונכים אדער מחונכות וואס זיי האבן שוין, אדער אט די וואס זיי וועלן האבן בהמשך הזמן, זאלן זיי אויך שוין זיין צוגעגרייט אויף זיי אויך מחנך זיין אז זיי זאלן האבן די אלע הוראות בתכלית השלימות, ביז אין אן אופן אז זיי קענען ווערן, דער לשון הידוע, נרות להאיר ווי באוואוסט דער ווארט פון נשיא דורנו בזה, אז דאס איז די שליחות פון יעדער אידן און פון אלע אידן, עאכו כמה וכמה פון מחנכים ומחנכות און די וואס גרייטן זיך דערצו, אז זיי זאלן וויסן זיין, אין זייער תפקיד און זייער שליחות זיך אויף זיין א נר להאיר אויף מאכן אדער נאך ליכטיקער א נשמה פון נאך א אידן און פון נאך א אידן, אז דאס זאל דערגרייכן צו אלע אידן, און אזוי אויך אין וואס פאר אן אופן מאכן אים ליכטיק, אז ער זאל זיך ניט באגנוגענען מיט זיין ליכטיקייט פאר זיך און פאר זיך אין דער היים, אין זיין משפחה און זיינע בני-בית, נאר אויך אויפשטעלן פון יעדערן פון זיינע מושפעים ומושפעות, און פון יעדערן פון זיין משפחה, אז זיי זאלן
¶11זיין אין אן אופן, אין צוגאב צו אייגענע ליכטיקייט אויך א נר להאיר, און ווי רש",י איז אויך מפרש גלייך, אז בהעלותך את הנרות ווען איז מען מקיים בהעלותך את הנרות? אז ס'איז ניט סתם אז מ'צינדט-אן דער ליכט און זי איז לייכט, נאר ס'ווערט אין אן אופן בהעלותך מ'הויבט איר אויף אין אזא מין אופן אז זי זאל האלטן אין איין ארויפגיין און שטיין אלץ העכער און העכער, דורך דערויף וואס ער ווערט אט זי ווערט א נר להאיר, און דעם להאיר מאכט ער אויך פון דעם וועמען ער מאכט ליכטיק ער זאל אויך ווערן א נר אדער זי זאל אויך ווערן א נר להאיר, און אויך די וואס ער אדער זי וועלן לאנגען ליכטיק מאכן אזוי נר הוי'נשמת האדם זאל זיין אין אן אופן דורכגענומען מיט נר מצוה ותורה אור, זאל אויך זייערע מושפעים ומושפעות אויך זיין אין דעם אופן, ביז וואנענט אז מ'נוצט אויס יעדער מעגלעכקייט און יעדער ענין פון זמן ומקום, אז דאס זאל מתאים זיין און דאס זאל נאכמער ארויסהעלפן בהנוגע צו כל ענינים האמורים, ובעיקר ארויסהעלפן אז יעדער וואס האט א חלק אלוקה ממעל ממש, וואס דאס איז דאך האנשים און סיי הנשים און סיי הטף, זאל אויסנוצן דעם כח וואס ער האט אלס חלק אלוקה ממעל ממש, אז ס'זאל זיין שלהבת עולה מאלי'און אין אזא אופן, אז דאס זאל אויך זיין פארבונדן על דרך ווי ס'ווערט דערציילט אין דער פרשה, אין פהלותך את הנרות אז דאס רעדט זיך וועגן א מנורה שבבית המקדש, וואס זי שטעלט זיך דאך דאך מיט זיך פאר דעם גאנצן אידישן פאלק, ווי ערקלערט אין תורה שבעל פה בנוגמתי
¶12צו דער מנורה וואס איז געווען במשכן, און דערנאך אויך בבית-המקדש איז דאס געווען אין אן אופן וואס ס'האט מיט זיך פארגעשטעלט תשיבת קני המנורה אלע פארשידענע טיילונגען וואס ס'איז דא בא אידן, מצד דערויף וואס איינער איז אן עובד הוי'מאהבה, און א צווייטער איז עובד הוי'מאיראה וכיוצא בזה, ווי די אלע שבע מדות, און ווי ער פלעגט אויך אין לקוטי תורה אין פרשה פון היינטיקער סדרה, גלייך בתחילתה, וואס דאס גיט נאכמערערער קלארקייט, דורך דערויף וואס מ'באקומט נאך א ביאור אין פנימיות התורה וועגן די אלע פרטים האמורים,
¶13און וויבאלד אז מ'לעבט דערמיט דער ענין אין תורה אין דער סדרה במיוחד, נעמט זיך דאס דורך דעם לעבן, און בפרט דער עיקר לעבן, וואס דער עיקר לעבן פון א אידן איז דאך אויף ממלא זיין זיין שליחות אין וועלט, סיי האנשים און סיי הנשים און סיי הטף, אויף לעשות לו יתברך דירה בתחתונים ווי אזוי מאכט מען פון א תחתון, ובפרט נאך וואס תורת אמת רופט דאס אן בשם תחתון, איז דאך פארשטאנדיק אז ער נויטיקט זיך, און נויטיקט זיך גאר שטארק, אז מ'זאל מאכן אין אים א גירה לו יתברך צו דער הילף פון נאך א אידן און פון נאך מערער אידן, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט כאיש אחד בלבו אחד אויף ממלא אויף מאכן ליכטיק די גאנצע וועלט, אין צוגאב דערצו וואס ער מאכט ליכטיק בא זיך זיין אייגענע נשמה, נאכמער ליכטיקער און די גאנצע משפחה וכיוצא בזה. ובפרט אז דאס רעדט זיך דאך וועגן תלמידות, וואס זיי האבן פארענדיקט א שלב מסויים בנוגע אין תורה, און גרייטן זיך וואס דאס זיינען שוין מדריכים אדער מדריכות אין דעם זומער וואס ס'איז געווען פארן קיין יאר, אדער גרייטן זיך צו אנהויבן בזה, און טאן אין דעם אין דעם זומער דעם היינטיקן יאר, אז זיי זאלן אויסנוצן דעם גאנצן זומער במילואו. און בפרט נאך, אז בשעת מ'פארברענגט א טייל פון דעם זומער ניט בא זיך אין דער היים, וואס דארטן האט מען דאך אויך די עסקנא, די פארנומענקייט, מ'וועט פארנעמען זיך מצרכי הבית, און מ'געפינט זיך אין אן אופן אין אן ארט מחוץ לביתו, האט מען דאך נאכמערער זמן פנוי פרייע צייט, וואס ביי א אידן בשעת ס'ווערט באפרייט די צייט, איז דאך זיכער אז ער לאזט ניט די צייט, ס'זאל ניט האבן דעם אמת'ן אינהאלט, וואס דער אמת'ער אינהאלט פאר יעדער אידן איז דאך, ווי דערמאנט, לעשות לו יתברך בתחתונים
¶14ובפרט על ידי חינוך מתאים, על דרך זה אויך בנוגע דעם זומער וואס הויבט זיך איצטער אן, אדער ס'האט זיך שוין אנגעהויבן בנוגע צו האבן מערער זמן פנוי אויף אנפילן דעם זמן מיט דעם אמת'ן אינהאלט, וואס דאס איז דער נילא אינהאלט פון אידישקייט, ביז נאך מערער, נאך דייטלעכער אויסגעדרוקט, מיט אן אינהאלט פון תורה ומצוותי מיט אהבת השם ויראת השם. און דערצו קומט נאך אויך צו דער לעבן מיט דער פרשה, אז מ'פארנעמט זיך מיט בהעלותך את הנרות פון די אלע שבע קני המנורה, ביז אין אן אופן שתהו שלהבת עולה מאלי', און מיט דעם חלק פון דער פרשה וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג, וואס דאס איז יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, ווי אזוי מ'זאל טאן אין די ענינים פון אמת'ן טוב, און מ'האט די סיוע דעם הילף פון דעם טאג, וואס אין צוגאב דערצו וואס ער איז דאך אין חודש דער זיבעצנטער טאג אין חודש, און דער חודש איז ירחא תליתאי איז דאס אויך אין דער וואך דער דריטער טאג, שהוכפל בו כי טוב, און וואס ס'האט דער חלק פון שלישי ביז רביעי אין בהעלותך את הנרות וואס דארטן רעדט זיך וועגן פתח שני, וואס ווי שוין גערעדט מערערע מאל, די אפלערנונג פון פתח שני איז, ווי נשיא דורנו דער רבי דער שווערער האט ערקלערט מערערע מאל, אז יעדער איד דארף וויסן אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן, און ווי גערעדט שוין אמאל בארוכה, אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן פון זיין גאנצן לעבן, ביז דעם טאג אין וועגן וועלכע ער געפינט זיך איצטער, אפילו אז ער האלט שוין אין דעם לעצטן טאג פון די הונדערט און צוואנציק יאר וואס דער אויבערשטער בענטשט אים אין אריכות ימים ושנים טובות, האט ער דעם גאנצן כח און דעם פולן כח אויף מאכן צוגעבן אין די זאכן וואס ער האט געקענט טאן נאכמערער, און נאך לעבעדיקער,
¶15און מיט נאכמער אידישקייט און מיט נאכמער ליכטיקייט, זאל ער ניט טראכטן, אז וויבאלד אז דאס איז געווען א פאסירונג מיט מערערע יארן צוריק, במילא איז וואס קען ער איצטער טאן אין דעם, וויבאלד אז דאס איז א חלק פון זיינע יארן, איז דאס א חלק פון זיין נשמה און פון זיין חלק אלוקה ממעל ממש, איז דאס א זיכערע זאך, אז ס'איז ניטא קיין פארפאלק, ווארום דער אויבערשטער אליין איז אים מסייע, אז ער זאל קענען ערגענצן ביז אין תכלית השלימות די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט זיין לעבן פון דעם ערשטן רגע וואס ער וואס ער אדער זי איז געבארן געווארן, וואס דעמאלט איז דאס שוין געווען א חלק אלוקה ממעל ממש, און שוין פון דעם ערשטן רגע אן, איז דער חלק אלוקה ממעל ממש געפינט זיך אין אים אין אן אופן, אז מיט דעם כח פון דעם חלק אלוקה ממעל ממש זעט ער כמה ענינים ארום זיך, און באוועגט מיט אלע זיינע אברים, און מאכט זיי נאכמער געזינטער, מיט אידישקייט, און וויגט אזוי אויך און פארשאפט נחת רוח אמיתי צו די אלע וואס געפינען זיך ארום אים, על אחת כמה וכמה צו די עלטערן און זיידעס און באבעס און מחנכים ומחנכות פון דעם ערשטן רגע אן, וואס ידעו נשמתו אדער נשמתה למטה, און ס'איז ניטא אין דערויף קיין פארפאלן חס ושלום, אז וויפל יארן ער זאל ניט האבן, אפילו אז ער האט שוין די הונדערט און צוואנציק יאר, זאל ער ממלא-זיין אויך אט די ענינים אין וועלכע ער האט געקענט טאן מיט נאכמער שלימות, ווי ער האט זיי געטאן בפועל זינט דעם ערשטן רגע ווען ער אדער זי איז ארויס לאויר העולם געבארן געווארן, און טאן מתוך שמחה וטוב לבב
¶16ווי אלע ענינים וואס תורה און דער אויבערשטער זאגט טאן, דארף דאס זיין עבדת הוי'אלקיך בשמחה ובטוב לבב, ווי ס'שטייט דאך אין דערויף אויך דער רמז, אז טוב לבב האט צוויי בייז'ן, וואס דאס באווייזט ווי תורה טייטשט אפ, אז אין צוגאב וואס ער טוט אין די אלע ענינים מיט זיין יצר טוב, פועל'ט ער אויך און מאכט איבער זיין דעם צווייטן יצר וואס ער האט, אין חלק השמאלי שבלב, אז ער זאל אויך מסייע-זיין, און ווי גערעדט כמה פעמים, מסייע-זיין ביתר שאת וביתר עוז, ווי מ'זעט דאך אין א זאך, ובפרט ווי ס'זעען דאך בעה'סטות אדער עקרת הבית אדער די וואס גרייטן זיך אין דערויף, אז בשעת מ'נעמט א זאך וואס מלכתחילה איז ניט זיס, און מ'מאכט פון איר א זיס איז דאך און רואה למאכל בני אדם איז די זיסקייט נאך מער געשמאקער ווי א זאך וואס זי איז מלכתחילה געווען באשאפן אין אזא אופן, אז זי האט זיסקייט מצד דער בריאה שלה, על אחת כמה וכמה האט דער אויבערשטער איינגעשטעלט אין דער בריאה, אז בשעת א איד, ער אדער זי, נוצט אויס זיינע מעגליכע קייטן אויף איבערמאכן פון א דבר מר, זאל איבערמאכן א זיסע זאך, זאל די זיסקייט זיין נאך שטארקער און נאך געשנאקער, און אויך פועל זיין, נמשך זיין, הזמן ארוך יותר, ביז וואנענט ער אדער זי וועלן האבן די געלעגנהייט אויף טאן נאך מערער ווי זיי האבן געטאן ביז איצטער, און ווי זיי האבן געטאן אין זמן מתן תורתנו פון שנת תשמ".ט, און די ימי תשלומין שלו, און די פופצן טאג אין חודש ווען ס'איז געווען דער קיימא סיהרא באשלמותא, אין די טעג וואס לאחרי זה, על דרך זה אויך בשעת מ'איז מסיימות א קיצה אין לערנען, איז דאך ווי דערמאנט כמה פעמים, און אויך געשריבן אין די בריוו וואס מ'האט געשיקט אויך בשנה זו, אז אין א גוטער זאך איז ניט שייך קיין ענין
¶17פון סיום חס ושלום, אז ס'ווערט נפסק, נאר סיום פון א באשטימטער אופן פון דער גוטסקייט, אין אזא אופן, אז איז מען דאס מסיים, אז דא זאל ווערן א שלף, א צוגרייטונג, צו אן עלי'מחיל אל חיל, אויף טאן נאך מערער אין די אלע גוטע זאכן, אנהויבנדיק פון אין טוב אלא תורה און די מצוות, דער חלק התורה פארבונדן מיט דעם זמן און דעם מקום, און בפרט נאך אז ס'איז צוגעקומען נאך יעדער זמן מתן תורה איז דאך הימים האלו נזכרים ונעשים איז דעם יאר צוגעקומען א תוספת-כח במיוחד אין דעם זמן פון מתן תורה, אז מ'האט אויפגענומען די תורה און דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה ביתר שאת וביתר עוז, וביתר יכולת אויף אויפטאן נאך מערער און נאך מערער און נאך מערער, און די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב אויפטאן, עד כדי כך ווי דערמאנט פריער די אפלערנונג פון דעם חלק הסדרה פון שלישי ביז רביעי פון היינטיקער פרשה אויף אויפטאן אין בהעלותך את הנרות שתראש על האבת עולה מאלי'בא יעדער אידן מיט וועלכן מ'קומט אין בארירונג, אז די בארירונג זאל מען זיך ניט באגנוגענען מיט בארירן סתף, נאר פון דער בארירונג זאל ווערן א התאחדות, ביז כאיש אחד בלב אחד, און די התאחדות זאל פועל זיין, אז מ'זאל מיטנעמען פון זמן מתן תורתנו, פון די פריערדיקע יארן, ובפרט נאך ווי מ'האט אין דערויף משלים געווען, ווי דערמאנט פריער, אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן, מען זיכער שוין משלים געווען אין די אלע זמן מתן תורתנו פון די יארים שלפני זה, ביז דעם ערשטן זמן מתן תורה, און וואס דאס אלץ ווי מ'זעט דאך אין אלע גוטע זאכן איז מצוה גוררת מצוה, בשעת מ'האט משלים געווען בכל ענינים שבעבר, איז גוררת מצוה גיט דאס כח, ביז אין אן אופן אז דאס איז גוררת דאס איז כביכול
¶18מ'איז מכריח א אידן, אז ער זאל מיטנעמען פון דער מצוה און די מצוות וואס ער האט שוין געטאן, איז מען אים מכריח, על ידי התורה ומצוותי און מיטן אויבערשטן אליין, ער זאל נאכמערער מיטנעמען מיט זיך די אלע מצוות וואס ער האט געהאט ביז איצטער, און אויסנוצן יעדערע פון זיי, ועל אחת כמה וכמה אלע צוזאמען, אז דאס זאל ברענגען נאך מצוות, נאך מצוות, ביז אז דאס וועט ברענגען די מצוה הכי גדולה, אז יעדערע פון אייך און יעדערע פון אונז בתוך כלל ישראל וועט זיין צוגעגרייט עמדו הכן כולכם אויף מקבל-זיין פני משיח צדקנו, און מקבל-זיין די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, למטה מעשרה טפחים בתחתונים ממש, ווארום מ'האט שוין געטאן אלץ וואס מ'קען אויף מאכן פון די תחתונים א דירה לו יתברך, און מ'האט שוין די אלע נויטיקע החלטות אויף טאן מארגן און נאך היינטיקן טאג עצמו נאכמערער אין די אלע ענינים, אנהויבנדיק פון דעם ענין פון עשיית דירה לו יתברך, און אין אן אופן אז שתהש עלהרת עולה מאלי'און אין אן אופן אז דאס נעמט ארום כלל ישראל, על דרך ווי ס'איז געווען די מנורה שמשכן, און וואס איר איז דערנאך אויך געווען, און ביז ס'איז געווען עשר מנורות ווי ס'איז געווען אין בית המקדש של שלמה, ווי דערציילט אויך אין תורה-שבכתב, על אחת כמה וכמה מיט די אלע פרטים ווי ס'ווערט דערציילט טרעגן דעם אין תורה שבעל פה, וואס מנין העשירי איז דאך אויך מרמז, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז אן אופן פון לימוד בתורה אויך דורך דרך הרמז, אז דאס איז מרמז, אז דאס איז א צוגרייטונג צו דעם שלימות אין זמן ומקום, וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם מקום פון עשירי יהי'קודש דער ארט ווי דאס איז אין דעם ארט וואס ער
¶19קדוש, וואס דאס איז בכלל אין ארץ ישראל, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און אין בית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, און אין דערויף משתתף זיין און זאל נעמען אין דערויף איינטייל אלע עשר כחות הנפש, וואס יעדערער פון אונז און פון אייך האט, אז זיי זאלן בשלימות זיך משתתף זיין אין עשות לו יתברך דירה בתחתונים, און בשעת דאס גופא, און דער אויבערשטער זעט וואס מ'האט שוין אויפגעטאן אין דעם, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך דאך אין א מקום קדוש, מקום תפילה, מקום תורה, מקום מעשים טובים, וואס ווערט אנגערופן בשם מקדש מעץ ווערט דאס א צוגרייטונג, די נאנטע צוגרייטונג, און די שנעלע צוגרייקונג, אז תיכף ומיד ממש, עיקבא הקב,"ה, אפילו כהרף עין גיט דער אויבערשטער גלייך פון בית-מקדש מעט, נעמט מען מיט די אלע בתי-כנשיאות און די אלע בתי-מדרשות, און די אלע דעם בית-מקדש מעט, כולל אויך אט דאס וואס יעדער עקרת הבית, און די וואס זיי רייטן זיך זיין עקרת הבית, מאכן פון זייער דירה און פון זייער משפחה און פון זייערע כלים, און ווי גערעדט נאך מערערע מאל, אז אפילו א אידיש קינד, נאך גאר א קליינינקער, גיט אים דער אויבערשטער כח ער זאל מאכן פון זיינע כלים און פון זיינע צאצקעס און פון די ענינים וואס לכאורה איז דאס געגעבן געווארן אויף שפילן זיך, איז א אידיש קינד, אז ער שפילט זיך איז די אמת'ע כוונה בזה פון פנימיות הנפש שלו, וואס איז דאך דער חלק אלוקה ממעל ממש בגלוי נעמט דאס דורך, אז דאס איז אין דערויף באשטייט זיין גאנצער רצון און זיין גאנצער חיות, ביז וואנענט אז אפילו ווען ער פארשטייט דאס ניט בשכלו פארפילט ער דאס מיט זיין פנימיות הנפש, מיט זיין הארץ, וכמדובר כמה פעמים, ובפרט נאך אז מ'האט אים מחנך געווען אין א אידישער הויז, דורכגענומען מיט אידישקעד כל היום כולו,
¶20ווארום פון דער גאנצער הויז האט מען אויך געמאכט דער ציוו ושכנתי בתוכם אין יעדער אידישער הויז. ובפרט נאך אז מ'גרויסט זיך אויף צו זיין מדריכים, און מ'גייט אריין אין א זמן וואס איז פנוי פון כמה ענינים לימודים, וכמה ענינים של עשה עסק הבית און צרכי הבית, און מ'האט נאכמערער פרייע צייט, אז די פרייע צייט ווערט אנגעפילט מיט עבדים לי וואס דאס איז די אמת'ע פרייהייט פון א אידן איז, דורך דעם וואס ער ווערט אן עבד צו מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, וואס אן עבד מלך, סיי א מאן און סיי א פרוי, ביז אפילו א טף וקטני קטנים זיי איז עבד מלך כמלך האבן זיי אין זיך די שטארקייט פון דעם אויבערשטן, אז די ענינים וואס זיי ווילן מיט אן אמת העלפט זיי דער אויבערשטער אליין בכל הכח שלו, כביכול, אז זיי זאלן קענען דורכפירן זייער רצון מיט א געזונטן גוף און מיט א געזונטער נשמה, וביחד מיט די אלע תרי'אברים ויגידים, ועל דרך זה מיט די הוספה וואס ס'איז דא בא א פרוי, וכמדובר כמה פעמים וואס זיי זיינען דאך אלע נכלל אין רמך מצוות עשה און שסע מצוות ל ותעשה, וואס אף על פי אז ס'איז דאך דא מצוות וואס נשים זיינען ניט מחוייב בזה, בא פרייט דערפון, ציט זיך דאך דאס אויף קיום המצוות, ס'איז דאך אבער א תורה אחת, והעצם כשתה תופס במקצתו אתה תופס בכולי האבן זיי א תפיס, אן אנהאלט, ביז אין אן אופן אז זיי נעמען ארום דעם גאנצן ענין פון כל התורה כולה, וכמדובר כמה פעמים, אז מ'זאגט אז תורה צוה לנו משה מורשה קהילת יעקב אז יעדער איד האט געירשנ'ט די תורה, האט איר געירשנ'ט אט די תורה ווי משה רבינו האט איר באקומען, וואס ער האט דאך
¶21באקומען כל התורה כולה, ווי מ'האט אויך געלערנט אין פרקי אבות, גלייך אין אנהויבס, אז משה קיבל תורה מסיני ומסרה, האט ער דאך דאס אפגעגעבן ווי מ'דערמאנט פריער אין מורשה קהלת יעקב צו יעדערן אדער צו יעדערע וואס איז א טייל פון קהלת יעקב, וואס דאס איז דאך אויך כולל א ביצל קינד, גלייך ווי ער ווערט געבארן ווערט ער גלייך א טייל פון קהלת יעקב, און ער האט שוין דעם תוקף וואס מורשו קהלת יעקב, אז ער האט אריכות ימים ושנים טובות פאר זיינע עלטערן און זיידעס און באבעס, וביחד עם זה איז ער אדער זי א יורש גלייך פון דעם ערשטן רגע וואס מ'איז געבארן געווארן, ווערט מען א יורש, וואס א יורש איז די זעלבע זאך ווי דער מוריש, ווי גערעדט כמה פעמים, פון דער גאנצער תורה ווי צוה לנו משה, וואס משה ומסרה האט ער דאך צוה לנו ווי ער האט דאס באקומען פון דעם אויבערשטן באם בארג סיני, וואס זי איז דאך כלה התורה כולה, סיי די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט וואס זיינען בתוקף בכל הזמנים, אויך אין א שיעה, סיי די הלכות און ענינים בתורה וואו ס'רעדט זיך וועגן ימות משיח, ס'רעדט זיך בגן הלכות בית-המקדש, אדער דער זמן ווען אידן זיינען נאך געווען אין מדבר און מקבל געווען די תורה, אדער אין דער צייט לאחרי זה, כולל אויך דעם זמן וואס מ'האט אנגעזאגט צום ערשטן מאל, אז משה זאל איבערגעבן אהרן'ען, און דורך דערויף זאל דאס אנקומען צו יעדער אידן און צו אלע אידן במשך כל הדורות כולם, בהעלותך את הנהגות מיט אלע פירושים ורמזים שבזה, און ווי דערמאנט פריער, מ'זאל טאן אין דעם אין אן אופן אז ס'זאל זיין בתכלית השלימות, און אין אן אופן אז דאס זאל אויסגענוצט ווערן דורך יעדער מחנך און די וואס גרייטן זיך אויף זיין מחנכות, און אויך ממלא זיין און משלים זיין דאס וואס מ'האט געדארפט אויפטאן וואס מ'האט גערעדט פאראיארן אין
¶22אן ערך אין דער צייט, און איז פאר א יאריקן זמן מתן תורה, און אין היינטיקן יאר זמן מתן תורה, ביז דעם ערשטן מאל מתן תורה, כמוזכר לעיל, און ווי דערמאנט פריער, ס'איז ניטא קיין ענין פון פארפאלן חס ושלום, און אדרבא, דאס שטייט דאס ווערט א חלק אין בהעלותך את הנרות, א חלק פון דער עבודה פון בהעלותך את הנרות,
¶23דריטע חלק, וואס דאס איז אויך מלמד שהוכפל בו כי טוב, האט מען דאך כמה רמזים אין טוב אין היינטיקן טאג, אז דאס איז יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, און אין דערויף גופא איז דאס יום טוב שבחודש השלישי, אין דעם זיבעצטן טאג אין סיון, אז מתוך טוב אמיתי, וואס דאס איז כולל אז מ'האט א געזונטן גופא און א געזונטע נשמה, און א געזונטער זמן ומקום, ווארום דער זמן ומקום ווערט אויך דורכגענומען דורך תורת הוי'און אידישקייט, דורך תורה ומצוותי,' און ביז וואנענט אז מ'איז אויך משלים, ווי דערמאנט פריער, און ס'איז ניטא קיין פארפאלן משלים ניט נאר אט דאס וואס מ'האט געדארפט טאן היינטיקן יאר, אין היינטיקן שבועות, נאר אויך השלמה אין דערויף וואס מ'האט געדארפט טאן, אויב ס'האט עפעס געפעלט, על כל פנים אין שלימות פון פאראיאריקן שבועות, און די שבועות שלפני זה, ביז דעם ערשטן זמן מתן תורה זינט ער אדער זי איז געבארן געווארן, און אזוי אויך מחנך זיין די אלע מיט וועלכע ער קומט אין בארירונג, אז פון דער בארירונג זאלן זיי ווערן א שינוי עיקרי, אויף משלים זיין ביז אין תכלית השתפה השלימות, זייער גאנצער לעבן אין תכלית השלימות, בפרט נאך ובמיוחד, אז מ'ווייס אז דאס גופא ווערט א הכנה קרובה צו תכלית השלימות ווען ס'וועט זיין דער טובה האמיתי, ווארום ס'וועט זיין בגלוי דער דירה לו יתברך בתחתונים אין יעדער חלק אין וועלט, על אחת כמה וכמה אין א בית הכנסת און א בית המדרש ובית שמגדלין בו מעשים טובים, ווי דערמאנט מערערע מאל, און וואס דאס איז דאך אויך דער בית וואס ס'איז געווען די צען יאר פון חיים חיותו, בעלמא דין, פון נשיא דורינו, וואס ס'איז קדושה אינה זזזא ממקומה און טאן אין די אלע ענינים אין אן אופן, אז בקרוב ממש איז מען זוכה, אז מ'זעט משה ואהרן עמהם,
¶24מונים בהעלותך את הנהרות ווי אזוי אהרן הכהן צינדט אן די מנורה בבית המקדש השלישי, און משה ואהרן עמהן מיט אלע כהנים און מיט אלע אידן פון אלע דורות, על אחת כמה וכמה די אידן פון דור זה, וואס דאס איז דאך דער לעצטער דור פון גלות, וואס ס'וועט זיכער זיין בקרוב ממש, ביז אין היינטיקן טאג עצמו, דער ערשטער יאר פון גאולה, ווי איז דער ערשטער טאג פון גאולה, בפרט נאך אז דאס איז דאך שנת פון תשמיד ידיך, ווי גערעדט שוין מערערע מאל, און בפרט נאך אז מיר זיך מסיים דער צוזאמענקונפט, און דורך דערויף וואס מ'מאכט יעדערע פון אייך, און פון די אלע וואס געפינען זיך דא, סיי אנשים סיי נשים און סיי טף, אויף שליח אויף צדקה, וואס ענין הצדקה איז דאך, אז מ'איז מקרב ומזרז את הגאולה, און ברענגט אראפ בגלוי, תיכף ומיד ממש, די אמת'ע צדקה פון דעם אויבערשטן צו אידן, דורך דערויף וואס ער נעמט זיי ארויס פון גלות, און ברענגט זיי תיכף ומיד אריין אין א מעמד ומצב, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו שטייט מען אין ארץ הקודש, און דארטן עצמו אין ירושלים עיר הקודש, און אין הר הבית און אין בית המקדש השלישי, און אין אן אופן, אז דאס קומט בזרירות תיכף ומיד ממש, בפרט נאך על ידי ענין הצדקה מיט וועלכן מ'איז מסיים און חותם אונזער צוזאמענטרעפן זיך, און מ'זאל זיין א געזונטער זומער, און מ'זאל ממשיך זיין נאכמערער געזונט אין די אלע טעג לאחרי זה, און אפילו אז ס'איז דאך, כאמור, וועט זיכער לעיכבן, אפילו כהרף פייעב, און וועט מען דאך האבן גלייך די גאולה האמיתית והשלימה דארף מען דאך האבן א גוף בריא און א נשמה בריאה בארצנו הקדושה, וואס זיי וועט זיין אין א מעמד ומצב פון אמת'ע געזונטהייט, דורכגענומען מיט אידישקייט, אז ס'זאל זיין ניט אין צוגאב דערצו וואס דאס
¶25דאס איז א לאנד אין וועלכע ס'געפינען זיך אידן זאל דאס ווערן א אידישע לאנד, ביז אין א מעמד ומצב אז כל ישבוה עלי אז אפילו אט די אידן וואס זיי געפינען זיך לעת עתה, אין חוץ-לארץ, זאל זיין כל ישבוה עלי דוקא, דוקא אין ארץ הקודש, נאך מערער וויפל ס'איז געווען אין זמן פון בית שני און אפילו אין סוף פון בית ראשון, טייל אידן געווען בגלות, ניט אין ארץ הקודש, אף על פי וואס דאס איז געווען דער זמן פון בית ראשון, כמוזכור לעיל, אבער ניט אין זמן שלמה, נאר לאחרי זה, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז פון דעם רעדן אין די אלע זאכן, בפרט נאך אז מ'איז זיך מסיים דעם רעדן, מ'וועט מאכן יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז א שליח אויף צדקה, זאל קומען תיכף ומיד, ויקבן אפילו כהרף עין די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און ארו עם ענני שמיא, זיינען מיר אלע בתוך כלל ישראל און כלל ישראל, און כלל ישראל פון אלע דורות, נשמות בגופים, געזונטע גופים און געזונטע נשמות, און נשמות בגופים גם יחד, שטייט מען אין א מעמד מצב פון בהעלותך את הנרות אז דער נר הוי'נשמת אדם זאל זיין אין אן אופן אז שתה שלהבת עולה מאלי'און דאס זאל זיין ווי דערציילט אין חומש, כאמור, אז דאס אלץ איז דוקא אין מעמד ומצב פון משכן, און דערנאך אין מעמד ומצב פון דעם מקדש ראשון און מקדש שני, וואס גדול לי'כבוד הבית האחרין מן הבית הראשון, און נאכמערער איז דאך דאס דער גדול פון בית השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך. ובפשטות, אז גלייך פון דעם צוזאמענקומען, ובפרט נאך אז מ'נעמט-אן די שליחות אויף נאכמער טאן אין צדקה, אנהויבנדיק און גלייך ווי תוקף ומיד, און אויסניצן די געלט וואס מ'נעט איצטער די שליחות, און צולייגן פון אייגענע געלט,
¶26און וואס אין דערויף האט מען דאך אויך די געלט וואס דער אויבערשטער איז מוסיף, אשר בסביל שתתאשר כמדובר כמה פעמים. און ס'ווערט גלייך א פונטער חודש השלישי, ובפרט נאך אז מ'שטייט אין דעם טאג פון טוב שבו, און אין יום השלישי, וואס דאס איז טוב לשמים וטוב לבריות, זאל זיין די אלע ענינים אין אן אופן אז מעורא באצבעו ואומר זה, אז די בריאות זיינען געווארן אויס בריאות, נאר געווארן אין אן אופן אז מ'זעט אין זיי אז זיי זיינען א חלק אלוקה ממעל ממש, און דער חלק אלוקה ממעל ממש טוט-אויף אין די בריאות, אז אין צוגאב, ווי ער זאגט אין דער משנה ומקרבם לתורה ווערן זיי דורכגענומען דורך תורה און דורך אירי מצוות אין אן אופן גלוי, ווייז וואנענט אז מ'זעט, אז יעדער אבר און יעדער גיד איז אין אים ניכר, אז דאס איז פארבונדן מיט רמ� אברים און שסה גרים, ווי זיי זיינען למטה, וואס נשתלשלו מהם, ווי זיי זיינען למעלה, ועשיתם אותם, בשטייט ער דאך חסר בה אז דאס איז ועשיתם אתם, אז יעדער איד טוט דאס אויף מיט זיך, און טוט דאס אויף מיט תחתונים, ביז וואנענט ער מאכט אויף די תחתונים, אז זיי ווערן א דירה לו יתברך, ווערט דער אויבערשטער, אז מ'האט שוין פארטיק די דירה פון אים, קומט ער גלייך צוגיין ביז מלך מלכי, אין אן אופן פון מלך מלכי המלכים הקב", הוא בעומר זה, און צוויי פעמים זה, זה אלקינו, כמדובר כמה פעמים, און מ'גייט אלע צוזאמען, נשיא דורנו בראשנו, און מ'גייט אלע צוזאמען מיט הקב",ה בכבודו ובעצמו, וואס אמא אנכי גלול אדון שכינה עמהם טאנצט מען גלייך ארויס פון אדון, און מ'טאנצט אריין גלייך אין ארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, ובהר הבית, ובבית המקדש השנה
¶27שלישי, בשמחה ובטוב לבב. א געזונטער זומער און טרעפן זיך געזונטערהייט און פריילעכערהייט בקרוב ממש, ווי דערמאנט פריער, בארץ הקודש, ובירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש השלישי, ותיכף ומיד ממש.
¶28א טשעס, אז ער האט ניט געווען גענען אויף די דלערס איז וואס יעדער אין אן אלע, און אין יום יסוף וועט דאס נאר וואס ניט וואס דאס איז פארבונדן די פארבונדן די פארבונדן.