Paragraph
Paragraph rh-pkjf08wb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-n41c1qwy
- order
- jp
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- והוא העיקר, אז מ'זאל מפיץ זיין אט די בקשה צו יעדער שליח און צו אלע שלוחים, אפילו די וואס געפינען זיך אין ארץ-ישראל, איז אויך רובם ככולם האבן ניט צוטאן מיט די שקלא-וטריא'ס אין וועלכע מ'וויל זיי אריינשלעפן, על אחת כמה וכמה רוב עם ישראל וואס זיי געפינען זיך אין חוץ-לארץ, און סיי דער רוב מנין און סיי דער רוב בנין, אף על פי וואס קיינער נעמט זיך ניט מעסטן אין און ציילן אידן וכיוצא בזה, אבער אזוי איז די מעשה בפועל בנוגע למעשה בפועל, זאל מען זען אז מ'זאל גלייך נתפשט ווערן און מ'זאל אויפווערן די גאנצע שקלא-וטריא'ס וועגן אט די אלע זאכן וואס זיי זיינען ניט בנוגע צו דעם מילוי שליחות של כל אחד ואחת אין דעם ארט וואו ער געפינט זיך, און וואו רוב בני ישראל געפינען זיך, און וואו מיר געפינען זיך, אין מדינות פון ארצות הברית אויף זען פאנאנדערשפרייטן אלץ מערער אידישקייט אין ארצות הברית, אין דעם ארט וואו מ'געפינט זיך לכל לראש. און וואס דאס קען געטאן ווערן און איז געטאן געווארן און האט מצליח געווען בזה דוקא בדרכי נועם ובדרכי שלום, מ'האט קיין סיבה ניט אויף קריגן זיך מיט א צווייטן אידן, ווארום מ'קען טאן די זעלבע זאך דוקא בדרכי נועם און דוקא בדרכי שלום,
- proofread
- 0