Paragraph
Paragraph rh-pjwjtk64
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- rR
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיך אידישקייט, במילא ווייזט זיך זיי אויס, אז ככל הגויים עם הארץ הרחמנא ליצלן אז ס'איז ניטא קיין אונטערשייד צווישן א אידן מיט ניט א אידן, אף על פי וואס ששתה ווייס מען ווי תורה זאגט, און ווי מ'האט אויך געזאגט אין דער הבדלה מיט א פאר טעג צוריק, אז המבדיל בין ישראל לעמים און מיט אלע פרטים בזה וכו,' און ס'וועט סיי-ווי סיי ניט העלפן, ווארום דער אויבערשטער האט באשאפן אידן אין אזא אופן, אז ווען פילן זיי זיך רואיק, און האבן ניט קיין צובראכענ און צושפליטערטן לעבן, ווען בא זיי איז ניטא קיין צובראכנקייט און צושפליטערונג אין זייער נשמה בפנימיות, אז אף על פי וואס זיי האבן א נפש הבהמית, באזונדער, און האבן א נפש השנית בישראל, לכאורה א צווייטער נפש, א נפש אלקית, חלק אלוקה ממעל ממש ווערט אבער פון די בורא נפשות אן איין און איינציקער פועל, איין און איינציקע ווירקונג, ניט חס ושלום רחמנא ליצלן, אז זיי קריגן זיך צווישן זיך, נאר דער נפש הבהמית גיט נאך ס'קען דאך ניט זיין אנדערש א חלק אלוקה ממעל ממש מוז אנפירן מיט דער זאך, אפילו א בהמה פארשטייט אויך, אז בשעת ס'קומט אן אדם, על אחת כמה וכמה אדם העליון, על אחת כמה וכמה חלק אלוקה ממעל ממש, זעט מען ווי א בהמה פירט זיך אויף, אז זי פאלגט דעם פסתו וואס פירט-אן מיט זיך, אף על פי וואס די בהמה זיינען א גאנצער שרדה, א גאנצער עדר, און ונער קטן נוהג בהם, און דער פתוח איז א קליין אינגעלע וואס פירט מיט זיי אן, און זיי גייען אין דעם וועג אין וועלכע ער פירט זיי, און דוקא דורך אט דעם וועג ווערן זיי אויסגעהיט פון דעם גאנצן ארום, אז ס'זאל ניט קענען קומען צוגיין א חייו וואס קען זיי, רחמנא ליצלן, מזיק זיין, ווי דער חייו זאל ניט אויסזען, אפילו ווען די חייו טוט זיך אן אין די עצורה פון דעם
- proofread
- 0