Paragraph
Paragraph rh-phww5nw1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6rematx4
- order
- O
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און צו כל ענינים פון יום ההילולא. דערנאך איז דאך דא, כמדובר כמה פעמים, בלשון המשנה, וואס די משנה זאגט אין אבות, אז בנוגע צו א אידן דארף ער וויסן זיין, אז דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון. פרעגט מען אויף דערויף די שאלה, דער סדר דארף דאך זיין א פארקערטער פריער גיט מען אפ א חשבון, און דערנאך, בשעת מ'האט דעם חשבון און מ'מאכט דעם סך-הכל אט דעמאלט איז שייך זאגן דעם דין. און דא זאגט דער משנה וואס כמדובר, דאס איז א לשון תחה וברורה, דין און דערנאך חשבון. און ס'שטייט אויף דערויף דער ביאור, אז אזוי ווי דער אויבערשטער איז דאך צדק וישר הוא, שטעלט מען צו א מענטשן, א אידן, א מעמד א א שאלה אדער א מעמד ומצב ביי א צווייטן, און מ'קריגט ביי אים ארויס, ווי קומט ביי אים אויס דארף זיין דער דין בהנוגע צו אזא מין שקלא-וטריא אדער צו אזא מעמד ומצב, און וויבאלד אז דערביי האט ער ניט קיין מגיעת עצמו פסק'נט ער דעם דין, אדער זאגט ער דעם דין ווי ס'דארף-צו-זיין, און דערנאך פרעגט מען ביי אים, אויב אזוי איז הערן דעם חשבון פון דיינע ווערטער, פון דיין עשיית החשבון, דעם חשבון צדק, באווייזן אים דערנאך, אז ער האט שוין אויף זיך אליין אפגעזאגט דעם דין.
- proofread
- 0